The Mendele Review: Yiddish Literature and Language
(A Companion to MENDELE)

---------------------------------------------------------
Contents of Vol. 10.010 [Sequential No. 175]
Date:
28 November 2006

1) This issue of TMR (ed). 
2) Oyfn shpits tsung; 500 yidishe shprikhverter
3) Vi azoy hob ikh gevunen oyf der loterey? fun B. Yeushzon.
Warsaw:  Farlag A. Gitlin, 1912. [Second installment, Yiddish text]

Click here to enter:  http://yiddish.haifa.ac.il/tmr/tmr10/tmr10010.htm

1)----------------------------------------------------------
Date:
28 November 2006
From: ed.
Subject:  This issue of TMR.

In this issue of TMR we notice briefly Yoysef Guri's latest reference work Oyfn shpits tsung; 500 yidishe shprikhverter, a  multilingual (Yiddish, Hebrew, Russian, English) collection of Yiddish proverbs; we also give the second installment of  B. Yeushzon's scarce penny-pamphlet Vi azoy hob ikh gevunen oyf der loterey. (The first installment is in TMR. Vol 10.009; the third  will be in TMR Vol. 10.011). Notice: Before reporting typos or other errors, please check the archival version of the text.

2)----------------------------------------------------------
Date:
28 November 2006
From: ed.
Subject: 
Oyfn shpits tsung; 500 yidishe shprikhverter

Oyfn shpits tsung; 500 yidishe shprikhverter ('On the Tip of the Tongue; 500 Yiddish Proverbs'). The Hebrew University of Jerusalem: Department of Russian and Slavic Studies, 2006. Distributed by Magnes Press, P.O. Box 39099, Fax 972-2-5660341. Jerusalem 91390, Israel. E-mail" info@magnespress.co.il.  Website:  www.magnespress.co.il.    [ISBN 965-90250-3-3]

Yoysef Guri has been studying idioms for three decades and has issued a series of multilingual volumes useful to layman and researcher alike. As early as 1978 he published his study of Russian idioms and their translation into Hebrew. Idiom research inevitably leads to wider lexicological investigation, especially that of folk-inspired and disseminated phrases we call proverbs. Over ten years ago Guri issued his preliminary Yiddish proverb collection Az der sof iz gut, iz alts gut ('All's Well That Ends Well') [Jerusalem 1993]. Guri's many dictionaries may be considered a single oeuvre. Indeed, I understand he is being urged to consolidate all his collections, expand them and make them available on-line as a unified Yiddish-idiom data base. In particular, translators lacking the intuitive linguistic grasp of the native speaker require easily accessed idiom glossaries. A truly comprehensive Yiddish dictionary of idioms will make use of the early efforts in this genre, going back at least a century and a half to the work of Abraham Tendlau and others. Tendlau's 1860 Gothic font collection of Yiddish proverbs and idioms (see title page below) has 1070 items and a 27-page index.  

Readers may  have minor criticisms to make of the latest Guri compilation. I would revise the archaic English in several translations. "Eyder onkumen tsu kinder, zol men beser shtarbn" is rendered 'Better die ere ask favors from children.'  The sense is correct but not the style – 'Better die rather than ask favors from children' is an improvement.  A few other translations can be modified. "Ale Yevonim hobn eyn ponim" is rendered 'All Greeks (i.e. Tsarist   soldiers) look alike.'  This expression can also mean – and may indeed principally mean -- that all Russsians/Ukrainians have the same (evil) character. 

Tendlau, Abraham Moses, 1802-1878. Sprichwoerter und Redensarten deutsch-juedischer Vorzeit; als Beitrag zur Volks-, Sprach- und Sprichwoerter-Kunde, aufgezeichnet aus dem Munde des Volkes und nach Wort und Sinn erlaeutert von Abraham Tendlau. Frankfurt a. M., H. Keller, 1860.

 

3)-----------------------------------------

 Date: 28 November 2006

 From: Dafna Sheinwald

 Subject: Vi azoy hob ikh gevunen oyf der loterey? fun B. Yeushzon. [Second  installment, Yiddish text]

 

[צװײטע "ראַטע"]     Second Installment       

אַ-אַ-אַ! גוט-יום-טובֿ ר' זעליק! גוט-יום-טובֿ!

אָט אַזױ האָט אױסגעשריען אַ פֿרײלעך קולכל מיט אַ קװיטש צום סוף, און אַ קאָפּ באַװײַזט זיך אין דער געעפֿנטער טיר, אַ פֿאַרשװיצטער קאָפּ מיט פֿאַרסאַפּעטע אײגעלעך, און איך דערזע פֿאַר זיך, װעמען מײנט איר? –אװדאי ר' חײַמען! ר' חײַם דעם אָבער-קאָלעקטאָר, װאָס כ'האַנדל בײַ אים די צעטלען!

װאָס כ'האָב דערפֿילט באותו רגע, בעת כ'האָב אים דערזען, איז נישט מעגלעך איבערצוגעבן, דערױף דאַרף מען אַלײן געפּרוּװט װערן מיט אַ „געװינס“. עפּיס בין איך װי צעדולט געװאָרן, כ'האָב זיך געגעבן אַ הױב און אַ טאַנץ און אַ צאַפּל און אַ שפּרונג פון אָרט, געמאַכט מיט די הענט און אַ װײַז געטאָן מיט די אױגן און מיט די פֿינגער צו מײַן פּלוניתטע, זי זאָל גיך אַראָפּכאַפּן דאָס ברױט מיטן הערינג פֿון טיש, פֿאָרט אַ שטיקל בושה פֿאַר אַ הײמישן מענטשן און, װי זאָגט איר, ס'קען נאָך אַ מאָל שאַדן צום קרעדיט אױך!...  און אַלײן לױף איך אים אַנטקעגן, און שטאַמלענדיק, װי עס װאָלט מיר עפּעס געשטיקט אין האַלדז, פּרוּװ איך אים אױפֿנעמען מיט אַ „ברוך הבא“ און מיט „אַ גוט-יום-טובֿ, ר' חײַם“, און מיט אַ „זיצט, ר' חײַם“ און מיט אַ „װאָס מאַכט איר, ר' חײַם“, וכדומה... און איך פֿיל װי הײסע טראָפּנס קײַקלען זיך מיר אונטערן קאָלנער, נאָר איך מאַך זיך האַרץ [האַרט?] און קאַלט, קאַלט װי אַ גזלן, מיט אײן האַנט נעם איך מיר אָן פֿעסט און שטײַף בײַ דער באָרד, בכדי אײַנצוהאַלטן מײַן ציטערדיקע געמבע, און מיט דער צװײטער האַנט האַלט איך זיך אָן אין קאַנט פֿון טיש.

  אַ גאַסט, ר' חײַם, אַ גאַסט – פּרוּװ איך זיך נאָך דער ערשטער באַהערשונג – װאָס װעט איר עפּעס זאָגן גוטס?

  עט... בע... פֿאַרבײַגעגאַנגען גראָד, האָב איך זיך מײשב געװען, מ'דאַרף אַרײַנגײן צו ר' זעליקן אױף קידוש. פֿאָרט אַ הײמישער מענטש, כע, כע... און אַן אײגענער קונה, כע, כע... און גלאַט אזױ, כע, כע...

אַזױ מאַכט צו מיר ר' חײַם און האַלט זיך אױך מיט אײן האַנט פֿעסט בײַ דער באָרד, און איך באַמערק, אַז אױך בײַ אים ציטערט עפּעס אונטער די געמבע...

אַ װײַלע קוקן מיר זיך בײדע אָן װי די הינער און שװײַגן. איך ציטער, אַלע אבֿרים ציטערן אין מיר, דער טיש ציטערט, דער סופֿיט טאַנצט און ציטערט...

  א-י-ז-ז, א-י-ז-ז װ-װ-אָס, ר' חײַם, א-י-ז-ז, א-י-ז-ז װ-װ-אָס? שטאַמל איך און קוק אים ארײַן אין די אױגן ארײַן.

  כע-כע, װ-װאָס ז-זאָל ז-זײַן, װ-װ-װאָס?... – ענטפערט ער מכּלומרשט שמײכלענדיק, און שטאַמלט און ציטערט און װישט דעם שטערן.

און װידער שװײַגען מיר בײדע און קוקן זיך אין די אױגן אַרײַן, און איך פֿיל, אז מער װעל איך עס שױן נישט אױסהאַלטן, כ'װעל פֿאַלן פֿון די פֿיס... און כ'װײס נישט, װאָס ס'האָט זיך דאַמאָלסט געטאָן, פּלוצים בין איך אַ שפרונג געטאָן פון אָרט, די אױגן האָבן געברענט און דאָס פּנים געפֿלאַמט, װי מ'װאָלט דערצו אַ הײס פּרעס-אײַזן צוגעלעגט, כ'האָב זיך אַ לאָז געטאָן אין מיטן שטוב גלײַך אַרױף אױפֿן אָבער-קאָלעקטאָר, אױף ר' חײַמען, און מיט אַ מאָדנע שטײַפֿקײט אין די פֿינגער האָב איך אים אַ נעם געטאָן פֿעסט בײַ די קליאַפּען [קליאַפּעס] און אים אָנגעהױבן טרײסלען, מאָדנע טרײסלען און װאַרפֿן, און געשריען ניט מיט מײַן קול.

  װי פֿיל, האַ?... װי פֿיל? הע? הע... זאַָגט, ר' חײַם, זאָגט! זאָגט!... הע? הע?... גע-װאַ-אַ-לד!

                                    

װען כ'האָב געעפֿענט די אױגן, בין איך געלעגן אין בעט מיט אַ פֿײַכט האַנטעך אַרום קאָפּ, אַרום מיר איז מײַן געזינדל, אַ צװײ טוץ משפחה-לײַט און קרובֿים און שכנים און סתם מענטשן פֿון הױף, װאָס אַלע, אַלע זענען זײ מיט אַ מאָל געװאָרן אַזױ גוט-האַרציק און אַזוי פֿאַרדאגהט װעגן מײַן געזונט... מײַן פּלוניתטע איז געזעסן נעבן מיר בײַם בעט, און דאָך איז איר פּנים כּלל נישט געװען פֿאַרזאָרגט און די אױגן האָבן דווקא נישט געװײנט. אמת זײ זענען פֿײַכט געװען און טרערן האָבן עפּעס מאָדנע פֿרײלעך געפּינטלט און געשמײכלט און זי האָט זיך צוגעבױגן צו מיר און מיט אַ צאַרטע ליבלעכקײט מיר געטאַפּט בײַם שטערן.

  נו, ס'איז דיר שױן בעסער, זעליק? האַ, ס'איז דיר שױן אַ ביסל בעסער?... צען טױזנט, טאַטע זיסער, צען טױזנט האָבן מיר דאָך געװוּנען...  נו, איז דיר שױן אַ ביסל בעסער?...

  װאָס רעדסטו, ציפּעשי, כ'בין דען קראַנק, חלילה?... – האָב איך זיך אױפֿגעזעצט אױפֿן בעט און געפֿילט, אַז כ'װער מיט יעדע מינוט געזינטער, שטאַרקער – צען טױזנט, ציפּעשי, צען טױזנט!...

כ'האָב געפֿילט, װי דאָס פאַרחוֹשכטע שטיבל האָט מיט אײן מאָל גאָר אַן אַנדער אױסזען באַקומען, אַלץ אַרום האָט צו מיר װי געפּינטלט און געשאָקלט זיך און באַגריסט די שׂמחה:

  צען טױזנט, זעליק, צען טױזנט!...

און אױך דאָס האַלבע לעבל ברױט מיט דעם צעשניטענעם הערינג, װאָס האָבן פֿון אונטערן צוגעדעקטן פּאַפּיר בײַם קױמען אַרױסגעקוקט, האָבן געשמײכלט און געװוּנקען צו מיר:

  אָ-האָ! צען טױזנט, זעליק, צען טױזנט!...

——

צען טױזנט רובל האָב איך געװוּנען? איר הערט, צי נײן?

מאָלט אײַך אַז פון די צען האָט באַלד, טאַקי תּיכּף ומיד, אָנגעהױבן צעפֿאַלן שטיקער, װי בײַ אַ נײַ-אױפֿגעמױערטן הױז טוט פּלוצים אַ פֿאַל אַראָפּ אַ שטיק געזימס. צען טױזנט איז פֿאַרשטײט איר מיך, טאַקי אױסגעפֿאַלן אױף מײַן חלק. פֿאַראַן אָבער אַן אָבער-קאָלעקטאָר און דער דאָזיקער אָבער-קאָלעקטאָר האָט נאָך אױף זיך אַן אָבער, ס'הײסט: אַנ'אױבער-אױבער-קאָלעקטאָר, און אַ סברא אז דאָס איז אױך נישט געװען דער לעצטער, מחמת כּפֿי דאַָס רײַסעניש און דאָס צופּעניש, װאָס מ'האָט פֿון מיר געריסן און געצופּט, פּראָצענטער אַהין, פּראָצענטער אַהער, פּראָצענטער פֿאַר דעם, פּראָצענטער פֿאַר יענעם, האָט עס באַדאַרפֿט זײַן פֿאַר אַ גאַנץ שאָק.

כ'האָב דען געװוּסט װאָס ס'טוט זיך מיט מיר? משרתים, און יוצר-משרתים און ואשר-משרתים און פֿאַר די דינסטן און קעכינס און באָנעס און סטרוזשעס... טפֿו זאָל עס װערן!

בקיצור, נאָך אַ קײמא לן פֿון צװײ װאָכן לאָדעניש און היצעניש און האַלדז-רײַסעניש און נישט-דערעסעניש און נישט-דערשלאָפֿעניש, זענען מיר, איך מיט מײַן װײַב הײסט עס, ענדלעך אין אַן אָװנט אַהײם געקומען מיט דער פֿאַטשײלע געלט, אָפּגעװישט דעם  שװײס פון די שטערנס און זיך אַװעקגעזעצט איבערצײלן און איבערגעצײלט אַזױ גרױס און אַזױ ברײט װי – זיבן טױזנט און צװײ הונדערט קאַרבן.

זיבן טױזנט און צװײ הונדערט קאַרבן! װאָס-זשע טוט מען דערמיט, האַ?...

—————

III

 

װאָס דאַרף טון אַ ייִד, װאָס נעכטן האָט ער זיך געלעגט אָן װעטשערע, װאָס דעם יום-טובֿ פון מתּן-תורה איז ער מקבל-פּנים מיט ברױט און הערינג, און צו מאָרגנס אין דער פֿרי שטײט ער אױף און קוקט זיך אַרום, דאָס ער האָט אַ רױטע פֿאַטשײלע און אין דער פֿאַטשײלע ליגט אַ שװערע אַפּותּיקי פֿון זיבן טױזנט און צװײ הונדערט רובל, װאָס דאַרף טון אַזאַ ייִד, האַ?

קודם כל, פאַרשטײט זיך אַז מ'האָט געלט, דאַרף מען װערן אױס קבצן און אױסרױמען אַלע קבצנישע סמנים און יעדן זכר פון זײ. מײַן פּלוניתטע, װי איר װײסט פֿלעגט שטײען אין מאַרק בײַ אַ בױד מיט גרינס און שאר-ירקות, איצט אָבער – גענוג!  „ס'פּאַסט נישט מער“, זאָג איך צו איר, און נעם די בױד מיט דער סחורה, װאָס באַטרעפֿט אַ קײמא-לן פֿון צװײ קערבלעך, אױב נישט מער, און שענק עס אַװעק דעם „קאָנקורענט“ מײַנעס, דעם שכן אױפֿן מאַרק... איצט, זאָג איך צו אים מיט אַ שמײכל, „אױסצײלנדיק אים די סחורה, זענען מיר אױס שׂונאים, אױס קאָנקורענטן! אַז גאָט, זאָג איך, האָט מיר יאָ געהאָלפֿן, טאָ נאַ זשע, האָב אױך הנאה!“

װי אַזױ דאַרף װױנען אַ ייִד, װאָס איז פּלוצים איבער נאַכט געהאָלפֿן געװאָרן מיט זיבן טױזנט צװײ הונדערט רובל? – פֿאַרשטײט זיך, אַז לײַטיש און נגידיש, אמת, צי נײן?

גלײַך בין איך מיר אַרױף צום װירט, באַצאָלט פֿאַר די צװײ חדשים דירה-געלט, װאָס כ'בין אים שולדיק געװען (אין יענע צײַטן האָט זיך נאָך אַ לאָקאַטאָר געקאָנט דערלױבן אזעלכעס...) פאַר דעם פֿאַרעיפּושטן װינקל פֿון ד' על ד', באַצאָלט אים פֿאָראױס פֿאַר  אַ קװאַרטל פאַר אַ נײַע װױנונג פון צװײ צימערן מיט אַ קיך, װאָס פֿאַרמאָגט אַלע באַקװעמלעכקײטן, הן מיט אַ ספיזשאַרניע און הן מיט אַן ענגלישע קיך און הן מיט אַ בױדעם אױף װעש און אַ קעלער אױף קױלען און קאַרטאָפֿל, װי ס'פּאַסט פֿאַר אַ נגיד.  דאָס ביסל אַלטע בעל-הבתישקײט און צעבראָכענע גראַטעס האָבן מיר גענומען און צעטײלט צװישן דער קבצנישער משפחה, „נאַט, האָט אױך הנאה!“ און אַלײן אױסמעבלירט זיך אַ װױנונג – אַז ס'האָט געשפּיגלט און געגלאַנצט גרעפֿיש!

והוא הדין, דאָס זעלבע אױך מיט די אַלטע „טראַנטעס“, די פֿאַרלאַטעטע בגדים, אַלץ אראָפּגעװאָרפֿן פֿון זיך און פֿון װײַב און פֿון די קינדער, צעטײלט און צעשאָנקן און זיך געלאָזט אױפֿנײען אַ הלבשה און אַ „שטאַט“ – אַ „װיפראַװע“ אַ גאַנצע, װי צו אַ חתונה! 

אמת, דער דאָזיקער חילוף פון דער װױנונג און פֿון מעבל און פֿון דער הלבשה, האָט איבערגעלאָזט אַ גרױסן לאָך אין דער פֿאַטשײלע מיטן געלט, און ס'האָט אַרײַנגעכאַפּט קרובֿ צו אַ טױזנטער, און אָפּצאָלנדיק דערצו אַ ביסל אַלטע חובֿות און פֿאַרגעסענע גמילות-חסדים'לעך, װאָס זענען אַלע פּלוצים ערשט אױפֿגעשטאַנען תּחײת-המתים – בין איך איצט געבליבן בײַ אַ קײַלעכיקע סומע פון זעקס טױזנט קערבלעך. מילא, איז װאָס? און אַז זעקס טױזנט איז װײניק?

נאָר אָט אַ דאָ, פֿעטער, הױבט זיך עס אָן.

זיצנדיק אין עטלעכע טעג אַרום אין מײַן נײַע װױנונג, אױבן אָן בײַם טיש אױף דער װײכער פֿאָטעל, און סמאַקעװנדיק פון דעם ערשטן נגידישן מיטאָג, אין די נײַע פּאָרצעלײַענע כּלים אױף דעם קלאָר װײַסן טישטוך, עפֿנט זיך די טיר און עס שיטן זיך אַרײַן אַ האַלב טוץ יונגעלײַטלעך מיט האָר און מיט בלױע העמדלעך, טאַקי פון „יענער חברה“, און צעזעצן זיך ברײט אַרום טיש און מען טוט זיך אַ נעם צו מיר...

איך און מײַן הױזגעזינדל װערן טױט און בלײך װי קאַלך, הענט און פֿיס ציטערן. נאָר די יונגעלײַטלעך נעמען אונדז גלײַך טרײסטן, מיר זאָלן זיך נישט שרעקן, אַז ס'װעט אונדז קײן בײז נישט געשײן. „מיר זענען נישט, זאָגן זײ, חלילה, קײן אַנאַרכיסטן און קײן באַנדיטן“. „פֿאָרשטײער“, זאָגן זײ, זענען מיר, „פֿאָרשטײער פֿון די הונגעריקע אַרבעטער, װאָס גײען אױס פון דחקות צוליבן אַלגעמײנעם שטרײַק און האָבן נישט װאָס צו עסן“

טאָ װ-װאָס װ-װילט איר פֿון מיר – פֿרעג איך זײ און שטאַמל פֿון טױט-שרעק.

שטעלט זיך אױף דער עלטסטער פֿון זײ און הױבט אָן:

„היות, זאָגט ער, װי איר זענט געװען ביז איצט אַ ייִד אַ קבצן און געהונגערט גלײַך מיט אונדז אַלע, און נאָר פּלוצים, בעת מיר אַלע װערן אױסגעריסן און טראָגן די קישנס אין לאָמבאַרד, האָט אײַך דער צופֿאַל געהאָלפֿן...

גאָט, רײַס איך אים איבער, האָט מיר געהאָלפֿן!

זאָל זײַן אַזױ... און איר זענט אױפֿגעריכט און באַגליקט געװאָרן מיט צען טױזנט רובל

נישט אמת שרײַ איך אױס נישט אמת!

„אַרױס“ איז טאַקי „אַרױס“ צען טױזנט, אָבער, אָבער...

און איך מאַך זיך אַ חשבון פֿון דעם קאָלעקטאָר און דעם אױבער–קאָלעקטאָר און דעם אױבער-אױבער קאָלעקטאָר, װאָס האָבן אַלע פֿון מיר געריסן און געפֿליקט, און איך מאַך אַ חשבון פֿון די חובות און גמילות-חסדיםס [גמילות-חסדים] װאָס כ'האָב באַצאָלט און פֿאַר דער נײַער װױנונג און נײַע מעבל און געשיר  און נײַע מלבושים און כו' וכו'.

זעקס טױזנט רובל איז מיר געבליבן אין גאַנצן! בעט איך זיך בײַ זײ – זעקס טױזנט, װי איך בין אַ ייִד, נישט מער!...

צעלאַכן זײ זיך, די חברה, בײַ די לעצטע װערטער און קוקן זיך איבער, און װידער שטעלט זיך אױף דער עלטסטער און נעמט מיט מיר טענהן שױן שטרענגער און גיט מיר צו פֿאַרשטײן , אַז כ'בין געװען ביז איצט אַ ייִד אַ קבצן און איצטער בין איך געװאָרן אַ בורזשױ און איך מוז דערום "אַראָפּ"געבן אַ חלק, פּראָצענטער הײסט עס, פֿאַר די הונגעריקע אַרבעטער…

בקצור, אַהין, אַהער, ס'האָבן נישט געהאָלפֿן קײן געבעט און קײן טרערן, צװײ הונדערט קאַרבױנעס האָב איך זײ געמוזט אױסצאָלן, קנאַקנדיקע צװײ הונדערטער!

פֿאַרשטײט זיך, אַז פֿונעם נגידישן מיטאָג האָט שױן איצט קײנער פֿון הױזגעזינד נישט טועם געװען. באַנאַכט האָב איך שױן אַזױ גיך נישט געקאָנט אײַנשלאָפֿן פֿון עגמת-נפֿש. ערשט צו מאָרגנס אין דער פֿרי, אַז איך בין אױפֿגעשטאַנען און אַרומגעקוקט זיך איבער דער נגידישער װױנונג, האָב איך זיך באַרויִקט און געשמײכלט: מילא, איז מיט אַ צװײ הונדערטער װינציקער…

פֿינף טױזנט און אַכט הונדערט רובל, כע, כע, זענען װײניק פֿאַר מיר, הע?

בײַם צװײטן נגידישן מיטאָג עפֿנט זיך װידער די טיר און װידער יונג-לײַטלעך מיט לאַנגע האָר און מיט העמדלעך אױך נישט, חלילה, קײן אַנאַרכיסטן און קײן באַנדיטן, נאָר אַרבעטער, פּשוט הונגעריקע אַרבעטער, װאָס הױבן אױך אָן מיטן זעלבן נוסח׃

היות װי כ'בין געװען ביז איצט אַ ייִד אַ קבצן און היות װי אָן שום האָרעװאַניע, אָן אַרבעט, האָב איך פּלוצעם דערגרײַכט צו אַזאַ עשירות, על כּן שטעלן זײ מיר אַ פֿאָדערונג, דאָס כ'זאָל

יעדן טאָג  קאָכן אַ מיטאָג פֿאַר צען אַרבעטער, "פֿאַר צען מאַן" אױף זײער לשון...

געפֿעלט אײַך אַ "פֿאָדערונג"?

טענה אַהין, בעט אַהער, ס'העלפֿט דען עפּעס? אַ װאָך זעקס נאָכאַנאַנד איז מײַן װײַב, די אױפֿגעקומענע נגידתטע גאַנצע טעג בײַם קױמען, פֿאַרסמאָליעט, פֿאַרברידזשעט [פֿאַרברודזשעט], און איך, דער אױפֿגעקומענער נגיד, האָב געשלעפּט געלט פֿון דער פֿאַטשײלע צו קאָכן מיטאָגן פֿאַר מײַנע קעסטקינדער, און װי אַזױ, זיצן יעדן טאָג אַרומגערינגלט פֿון דער חברה "העמדלעך", ס'זענען מיר באַקומען די ביסנס פֿון די נגידישע מיטאָגן, קענט איר זיך אַלײן פֿאָרשטעלן...

נאָר אױב איר מײנט, אַז דערמיט בין איך שױן אָפּגעקומען, איז דערפֿון געדרונגען, ר' ייִד, דאָס איר האָט קײן מאָל, במחילה נישט געפּרוּװט צו געװינען, אַ שעה אין טאָג האָב איך קײן מנוחה נישט געהאַט. די טיר רוט נישט. יעדעס מאָל עפּעס אַנדערש. קבצנים און דלתּים [דליתים] און בעטלערס און שלעפּערס, גליד-גליד-געשװעסטער קינדער און פֿעטערס-שװערס-ברודערס-שטיף-מומעס, פֿון 12טן ראָד אין דער משפּחה און פֿאַר פֿון פֿופֿציק מײַל אונטער די ראָגאַטקע, װאָס כ'האָב אין מײַן לעבן נישט געװוּסט צי עקזיסטירן גאָר אַזלעכע אױף דער װלעט. אַלע, אַלע האָבן זײ זיך איצט דערשמעקט און דערטאַפּט, דערהערט פֿון מײַן גרױס גליק און מיך אױפֿגעזוכט  און יעדער מיט

אַ גוטן אָװנט, פֿעטער זעליק! און מזל-טובֿ, מומע טשיפּע! װאָס מאַכט דער פֿעטער זעליק? און װאָס מאַכט עפּעס די מומע טשיפּע? אײַ-אײַ-אײַ און אײַ-אײַ-אײַ,  אַזױ לאַנג נישט געזען זיך! און געלױבט דער אײבערשטער, װאָס מ'זײט זיך!

אַ גדולה אױף זײערע קעפּ, „אײַ-אײַ-אײַ און אײַ-אײַ-אײַ!“  אַ גװאַלדיקע בענקעניש האָט זײ אַלעמען פּלוצים אַרומגעכאַפּט צום פֿעטער זעליק און צו דער מומע טשיפּע!...

און תּחילת איז מען זײער אױפֿגערױמט און שמײכלדיק, און קוצעניו-מוצעניו, מען טרינקט טײ און מען עסט צו אײַנגעמאַכטס (מײַן אױפֿגעקומענע נגידתטע האָט זיך זײער גיך אױסגעלערנט די מלאכה) און מ'צערעדט זיך און מ'צעפּלױדערט זיך און מ'בענטשט און מ'װינטשעװעט און מ'רימט דעם פֿעטער זעליק מיט דער מומען טשיפּען אין הימל אַרײַן, דערנאָך טוט דער אָנגעלײגטער גאַסט אַ הוסט און גיט מיר אָנצוהערעניש, דאָס ער האָט מיר אײַנצורױמען אַ סוד „אונטער פֿיר אױגן“ און האָט צו מיר אַ „שטיקל בקשה“.

דהײַנו? – פֿרעג איך און טו אַ װוּנק צו מײַן פּלוניתטע, זי זאָל אַרײַנגײן אין קיך, װאָרום דער גאַסט דאַרף מיט מיר רעדן „אַ סוד אונטער פֿיר אױגן“.

און יעדער גאַסט מיטן זעלבן נוסח׃

היות װי כ'בין דאָך אַלײן אָט דאָ ערשט נישט לאַנג – נישט איצט געדאַכט! – געװען אַ ייִד אַ קבצן און קאָן דערום בעסער װי אַ געבױרענער עושר פֿאַרשטײן די לאַגע פֿון אַ קבצן, װי ביטער ס'איז צו זײַן אַ קבצן, און היות װי גאָט האָט מיר געהאָלפֿן און אָן שום האָרעװאַניע, נישט אַרײַנשטעקנדיק דערבײַ אַ האַנט אין קאַלטן װאַסער, בין איך אױפֿגעריכט געװאָרן און בין באַגליקט געװאָרן פֿון זײַן ליבן נאָמען, וכו', על כּן, על כּן...

To be continued. See  Third (Final) Installment in TMR 10.011.

המשך יבוא.     

-----------------------------------------------------------------------------

End of The Mendele Review Vol. 10.010

Editor, Leonard Prager

Subscribers to Mendele (see below) automatically receive The Mendele Review.

Send "to subscribe" or change-of-status messages to:  listproc@lists.yale.edu

        a. For a temporary stop: set mendele mail postpone
        b. To resume delivery: set mendele mail ack
        c. To subscribe: sub mendele first_name last_name
        d. To unsubscribe kholile: unsub mendele

                                

****Getting back issues****

The Mendele Review archives can be reached at:  http://yiddish.haifa.ac.il/tmr/tmr.htm

Yiddish Theatre Forum archives can be reached at: http://yiddish.haifa.ac.il/tmr/ytf/ytf.htm

Mendele on the web: http://shakti.trincoll.edu/~mendele/index.utf-8.htm


***