The Mendele Review: Yiddish Literature and Language
(A Companion to MENDELE)

---------------------------------------------------------
Contents of Vol. 11.013 [Sequential No. 190]
Date: 4 December 2007

Dorfsyidn ('Rural Jews') – Part One

1)  This issue of TMR (ed).
2)  "Khanike, oy Khanike" [song]
3)  "Khanike, oy Khanike" [score] 
4)  Mendel Mann's "Ven epl beymer blien" [Yiddish text]
5)  Yiddish-English Glossary to "Ven epl beymer blien"

1)---------------------------------------------------
Date: 4 December 2007
From: ed.
Subject:
This issue of TMR

*** This issue of TMR starts with a classic Yiddish Khanike song sung by The Western Wind Ensemble on their CD "The Channukah Story". [Website: www.westernwind.org. See  http://www.westernwind.org/default.asp?pageid=11&recordid=3 for Table of Contents]  *** A single chapter of Mendel Mann's autobiographical Di yidish-poylishe milkhome is given in Yiddish with many unfamiliar words in red.  *** A glossary of these "hard words" follows.  *** The next issue of TMR will comment on the chapter given here and elaborate on the theme of "dorfsyidn" ('rural Jews').

2)--------------------------------------------------------
Date: 4 December 2007
From: The Western Wind Ensamble
Subject:
 "Khanike, oy Khanike" [song]

Click on the gramophone to hear the song:

 

 

 

 

3)--------------------------------------------------------
Date: 4 December 2007
From: Robert Goldenberg
Subject:
 "Khanike, oy Khanike" [score]

 

            

 

Click on any score page to get a full size page

4)----------------------------------------------
Date: 4 December 2007
From: Zvi Mann /  Robert Goldenberg
Subject: Mendel Mann's "Ven epl beymer blien" [Yiddish text]

 

מענדל מאַן

"װען עפּל־בײמער בליען"

 

אַרום שבֿוּעות האָבן מײַנע פֿעטערס דערװאַכט, אַזױ װי די שאָף װעלכע קומען צו דער לאָנקע און יעדעס שעפֿעלע הײבט אָן צו זוכן באַזונדער, דאָרט װוּ די גראָזן זענען העכער און גרינער, אַזױ האָבן מײַנע פֿעטערס אָנגעהױבן זיך צו צעשפּרײטן איבער די שכנותדיקע דערפֿער און יעדער באַזונדער האָט געזוכט זײַן פּרנסה.

אױס מיט די װינטערדיקע און אָנהײב־פֿרילינגדיקע טעג און נעכט בײַ די הײסע גלעזער טײ, בײַ די טערניטשקע שפּילן, בײַ דער דאָמינע [=דאָמינאָ] און דאָס אױסהערן נישט־געשטױגענע און נישט־געפֿלױגענע מעשׂות „מיט אַ מאָראַל“ װעגן די נעכטיקע טעג.

אין די פֿאָרטאָגן האָבן די בהמות גערופֿן פֿון די שטעלער אַז מען זאָל זײ אַרױסטרײַבן צו די פּאַשע־פֿעלדער; די פֿערד האָבן געהירזשעט, געקלאַפּט אין די הילצערנע שטאַל־װענט, גערױעט די פֿײַכטע שטאַל־שטרױ מיט די פֿאָדערשטע קאָפּעטעס. די שװאַלבן האָבן שױן פֿון ערשטן טאָג־שפּראָץ אָנגעהױבן צו קרײַזן אַרום די פֿענצטער מיט געפּישטשערײַ, מיט אַ טרילערײַ און װען מען איז אַרױס אַרױפֿצוציען פֿון ברונעם אַ פּאָר קיבלעס װאַסער. איז מען נישט אײן מאָל געבליבן שטײן פֿאַרחידושט און גערעדט צו זיך אַלײן׃ ”זע נאָר, זע! זײ האָבן שױן באַװיזן צונױפֿצוקלעבן אַ נעסט לעבן די פֿענצטער! װי גיך די פֿײגל האָבן דאָס געמאַכט“. אַ האַלב־רונדיקער, טונקל־ברױנער פֿױגל־נעסט, באַקרײַנט מיט שטרױעלעך, מיט פֿעדערן, מיט קאָנאָפּלע־פֿעדעם. ”אױ רבונו של עולם, װי שכלדיק דו פֿירסט  די װעלט“.

מען האָט אױף געאײַל אָפּגעגאָסן נעגל־װאַסער, געגאַנגען אין שול אַרײַן, אָפּגעדאַװנט און געכאַפּט אַ זײַטיקן שמועס, װעלכער איז שױן גאָר נישט געװען אַזױ זײַטיק װי עס האָט זיך געקענט צו ערשט אױסדאַכטן, װאָרעם ער איז געװען פֿאַרבונדן מיט דעם עול פּרנסה.

מען האָט זיך פֿון עטלעכע װערטער בלױז, װאָס דער שכן האָט געלאָזט פֿאַלן אין שול גאָר אַ סך געקענט דערװיסן׃ „דער קאָלאָזאָמבער עפּל־סאָד איז נאָך נישט פֿאַרדונגען װײַל דער פּריץ הײסט זיך הײַ־יאָר געבן אַן אַפּותיקא מיט געלט. דער גוטאַזשעװער דזשעדזשיץ דאַרף נײטיק געלט. ער איז געװען בײַ ר' אײַזיקן מיט אַ טאָג צוריק נעמען אַ הלװאה אױף פּראָצענטער. ער האָט נישט געקריגן. פֿאַר װאָס? דערפֿאַר װײַל דער דזשעדזשיץ האָט אַ לובאָװניצע אין פּלינצק װאָס קאָסט אים אָפּ אַן אוצר. אַ קלײניקײט! עס איז אַ װאַרשעװער נקבֿה, עפּעס אַן אַרטיסטקע פֿון טעאַטער... דער פּױער קאָפּיטאַ װיל פֿאַרקױפֿן צװײ בהמות. סקאָװראָנסקי פֿון די פּיאַסקעס האָט געהױבן דעם פּרײַז פֿאַר אַרענדירן דעם קאַרשן־סאָד. דער לאַנגער יאָסל װעט נישט ריזיקירן און דאָס יאָר איז ער נאָך נישט געפֿאָרן זען דעם סאָד. אין דזשיקאָװיצע װעט האַלטן הײַ־יאָר דעם עפּל־סאָד דער אַלטער משה־ברוך“.

דער פֿעטער עליע, צוריקגײענדיק פֿון דער שול, נאָכן שחרית, האָט אױסגעזונגען פֿאַר זיך אַלײן, שטילערהײט, עטלעכע פּסוקים פֿון תּהילים׃ „השמיעני בבוקר חסדך“ און זײ גלײַך איבערגעזעצט אין ייִדיש, אַזױ װי דער פֿעטער װאָלט געװאָלט, אַז נישט נאָר דער רבונו של עולם זאָל אים פֿאַרשטײן, נאָר אױך דער זאַמדיקער שליאַך, די עטלעכע װערבעס בײַ זײערע ראַנדן, די שװאַלבן װאָס פֿלאַטערן אַרום און דאָס צעבליטע פֿעלד װאָס גרײַכט ביז די ייִדישע שטיבער פֿון שטעטל.

„אױ־אױ, גאָטעניו, לאָז מיך הערן אין פֿרימאָרגן דײַן חסד, װאָרעם אױף דיר האָב איך מיך פֿאַרזיכערט“...

”הײסט דאָס אַז איך שפּאַן דעם ”גניאַדן” און פֿאָר תּיכּף ומיד קײן גוטאַזשעװאָ, אײַ־אײַ־אײַ... דער פּריץ דאַרף געלט, אײַ־אײַ־אײַ... זײַן סאָד איז פֿול מיט עפּל און באַרן־בײמער, מיט אַ טײַערן סאָרט פֿון װינטער־אױבסט... מיט אַ הונדערט בײמער שװאַרצע קערשן, און אַרום דעם גדר ציען זיך מאַלינע־קוסטעס... אױפֿן װעג קײן גוטאַזשעװאָ װעל איך זיך אַרײַנכאַפּן צום פּױער קאָפּיטאָ און אײַנהאַנדלען די צװײ בהמות... עס איז אַ קלײנער אומװעג. די טעג זענען לאַנגע און צו מנחה װעל איך זײַן צוריק... אױ, די טײַערער אין הימל, לאָז מיך הערן אין פֿרימאָרגן דײַן חסד“...

*

מיט דעם ניגון איז דער פֿעטער עליע אַרײַנגעפֿאַלן אין שטוב אַרײַן און אָנגעהױבן צו אײַלן זיך. דער טעלער גריץ איז שױן געשטאַנען אױפֿן טיש. די פּענעצער ראַזעװע ברױט – אָנגעשניטענע, די פֿרישע ציבל מיטן זאַלץ־מעסטל, און אין הילצערנעם טינדל – אַ קילער טרינק.

װען דער גניאַדער איז שױן געװען אײַנגעשפּאַנט אין דעם װאָגן איז ר' עליע צוריק אַרײַנגעגאַנגען אין שטוב אַרײַן, געבליבן אַ װײַלע פֿאַרטראַכט און שטיל, אַזױ װי ער װאָלט נישט געװאָלט קײנעם איבערװעקן, כאָטש אין דעם הױז איז שױן קײנער נישט געשלאָפֿן, אױך נישט זײַן שװעסטערס ייִנגל, װאָס האָט אַרױסגעשטעקט פֿון הינטערן אַלקער־פֿאָרהאַנג אַ נײַגעריק שװאַרץ־האָריק קעפּעלע מיט גליענדיקע שװאַרצע אױגן. דער פֿעטער האָט אָבער ניַשט געזען דעם בליק פֿון ייִנגל און ער איז אַזױ װי אױף די שפּיצן פֿינגער צוגעגאַנגען צום בעט, װאָס איז געשטאַנען אין װינקל פֿון דער גרױסער שטוב און אונטערגעהױבן, צוערשט די טונקל־ברױנע װאָלענע דעק, דערנאָך אַ קישן, געזוכט אַ שטרױ פֿון שעניק, געזוכט מיט צעשפּרײטע פֿינגער און אַרױסגענומען אַ רױטע פֿאַטשײלע, אַ פֿאַרװיקלטע און איר אָנגעהױבן אָפּװיקלען, אומקוקנדיק זיך עטלעכע מאָל און אַרױסגענומען עטלעכע געלט־פּאַפּירלעך. ער האָט זײ שנעל אַרײַנגעלײגט אין בוזעם־טאַש, פֿאַרשפּילנדיק איר מיט אַ גרױסער אַגראַפּקע. דערנאָך האָט ער צוריק פֿאַרדעקט דאָס בעט, אַ קוש געטאָן די מזוזה און שױן פֿון יענער זײַט שװעל אױסגערופֿן צום װײַב׃

„אַ גוטן טאָג! דו הערסט, אָדער דו הערסט נישט?“

פֿון קלײנעם קיכל האָט זיך באַװיזן די מומע מיט אַ פֿאַרהױבענעם שירץ, די הענט פֿול מיט טײג, װײַל זי האָט געהאַלטן אין קנײטן דאָס ברױט און דער אױװן איז שױן גרײט געװען אױף אַרײַנצונעמען אין זיך דאָס ברױט־טײג.

„װאָסי, כ'בין דען טױב נישט צו הערן? אַ גוטן טאָג, עליע קרױן“.

ערשט װען דער פֿעטער האָט אָנגעהױבן באַזאַכט צו פֿאַרמאַכן די טיר, נישט מיט קײן קלאַפּ, חס וחלילה, נאָר געדולדיק, מיט ישובֿ הדעת, װי ער װאָלט זיך געװאַקלט׃ יאָ פֿאָרן אָדער נישט פֿאָרן, האָט ער באַמערקט, אין שפּאַלט פֿון דער טיר, אַז זײַן שװעסטער־קינד, װאָס איז געקומען פֿון דער גרױסער שטאָט אױף אָנצונעמען זיך מיט רײנער לופֿט נאָך אַ מחלה װאָס ער האָט דורכגעמאַכט, באַטראַכט אים מיט די גרױסע פֿײַכטע אױגן. „כ'װעל אים מיטנעמען. אַ רחמנות נעבעך, אַז ער זאָל אַ גאַנצן טאָג בלײַבן מיט מײַן ייִדענע. די פֿעלדער גרינען. דער סאָד אין גוטאַזשעװאָ איז אין פֿולער בליעכץ. אַ קלײניקײט. עס איז דאָך מאָרגן שבֿועות. די שענסטע צײַט אין מאַזאָװיע“.

דערבײַ איז נאָך אַ מחשבֿה אַרײַן אין קאָפּ פֿון דעם פֿעטער׃ דאָס ייִנגל האָט געזען פֿון װאַנען איך האָב אַרױסגענומען די רױטע פֿאַטשײלע... ער קען דערנאָך אַלץ דערצײלן די ייִנגלעך. מען װעט זיך דערװיסן און אַז איך װעל צוריקקומען קען זיך שױן האָבן אַרײַנגעכאַפּט עפּעס אַ מדינה־גײער, אָדער סתם אַ פּאַרשױן, װאָס װעט אַלץ האָבן אױסגעשנאַפּט און אַ סוף װעט צו אַלעם נעמען... װײסעך־װאָס, הײַנטיקע צײַטן? דאָס ייִנגל קען זיך אַרױסכאַפּן מיט אַ װאָרט... בעסער אים מיטנעמען און דערנאָך, אם ירצה השם, װען כ'װעל צוריקקומען, װעל איך די פֿאַטשײלע מיטן געלט באַהאַלטן אױפֿן בױדעם, צװישן די סטריכעס... דאָרט איז נאָך זיכערער...

„װילסטו מיטפֿאָרן, מנחמל?“

און אײדער עס איז נאָך געקומען דער ענטפֿער, האָט זיך דאָס ייִנגעלע אַ ריס־געטאָן פֿון געלעגער, אַרױפֿגעצױגן די קלײדער, אָנגענומען אַ פֿולע קופּערנע שעפּ מיט װאַסער, געװאַשן זיך און אַרײַן אין װאָגן װאָס איז געװען אױסגעבעט מיט פֿרישע הײ.

אין דער לעצטע רגע איז אַרױס די מומע און געגעבן דעם פֿעטער אַ קײשל מיט עסן. אױף דער בריק, װען די רעדער האָבן זיך געקײַקלט פּאַמעלעך איבער די ברעטער, האָט דער פֿעטער אַרױסגענומען פֿון קײשל אַ שטיק ראַזעװע ברױט, אַ געקאָכט אײ, אַ יונגע גרינע ציבעלע. „נעם, עס. דערנאָך װעסטו פֿאַרטרינקען מיט מילך. זאָג כאָטש פֿריער מודה אני“.

*

די פּױלישע באָטשנע װעגן אין חודש סיון. די לענגאַלקע־בײמער בײַ די זײַטן זענען פֿאַרהילט אין ראָזלעכן צװיט. די װערבעס זילבערן זיך מיט די לאַנגע העל־גרינלעכע ריטלעך, פֿון די טאָפּאָליעס שיט זיך אַ גין־גאָלדענער, ליכטיק־זוניקער פּוך און טראָגט זיך אין לײַכטן פֿאַרטאָגיקן װינטל איבער דעם װעג, פֿאַלט אױס דעם פּנים אױף דער פֿערדישער גזשיװע, אױף דעם פֿעטערס באָרד. די װײַטן זענען קלאָרע, דורכזעעװדיקע. די זאַגראָדעס אױף די האָריזאָנטן זעט מען אָן אַזױ בולט און דאָס בליעכץ פֿון די פֿרוכט־בײמער, פֿון די אַלערלײ קוסטעס און װעג־קזשאַקעס לײַכט אין דער זון אַזױ װי מען װאָלט אָנגעצונדען איבער גאָטס װעלט הונדערטער יום־טובֿ־ליכטלעך...

דער טױער פֿון גוטאַזשעװער הױף איז געװען פֿאַרמאַכט. עטלעכע הינט האָבן זיך צעבילט מיט אַזאַ רוגזה, װאָס האָט קײן גוץ נישט אָנגעזאָגט.

אַ פּאַראָבעק איז צוגעקומען האַרט צו די שטאַכעטן פֿון אײַזערנעם טױער מיט אַ װידלע אין די הענט. זײַן פּרצוף איז געװען פֿאַרטונקלט און אומהײמלעך.

„העי, עליאַשו, דרײ־אױס דעם דישל און טראָג זיך אָפּ מיט גוטן!“

דער פֿעטער האָט געפּרוּװט גוטמוטיק שמײכלען. „פֿראַנעק, װאָס ביסטו אַזױ אין כּעס? האַ? ביסט ניכטער? האָסט נאָך הײַנט נישט פֿאַרזוכט דעם ביטערן טראָפּן?“

דער פּאַראָבעק האָט אַװעקגעשטעלט די װידלע און אָנגעװיזן מיט אַ  פֿינגער אױף די אײבערשטע שטאָקן פֿון פּריצישן הױז.

„דאָרט קומט עפּעס פֿאָר... נעכטן האָבן זיך געטראָגן אָן אױפֿהער געשרײַען... הײַנט איז שטיל... דער דזשעדזשיץ לױפֿט אַרום אַ גאַנצן טאָג מיט אַ ראַפּניק און איז אָנגעצונדן פֿון צאָרן... ער האָט שיער נישט פֿאַרפּײַניקט זײַן בעסט רײַטפֿערד... ער פֿאַרטרײַבט יעדן אײנעם װאָס קומט נאָר אין הױף אַרײַן... ער האָט מיר אָנגעזאָגט קײנעם נישט לאָזן איבער דער שװעל... עליאַשו, טראָג זיך בעסער אָפּ... זאָל אים די רציחה איבערגײן...“

דער פֿעטער האָט לױז געמאַכט די לײצעס און דאָס פֿערד האָט גענומען זיך ציען צו די ראַנדן פֿון װעג, כאַפּנדיק אין פּיסק אַרײַן זשמעניעס פֿריש גראָז. דער װאָגן האָט זיך פֿאַרקערעװעט אין אַ זײַט און געבליבן שטײן לעבן אַן אַלטער װערבע. מײַן פֿעטער איז אַראָפּ פֿון װאָגן, אױסגעצױגן זיך אױפֿן גרינעם גראָז און װידער אַ מאָל באַנײַט זײַן פֿאַרטאָגיק ניגונדל׃

„השמיעני בבוקר חסדך... אײַ־אײַ־אײַ... טאָ װאָס עצהסטו מיר, מנחמל?“...

װאָס האָט דען געקענט עצהנען דעם אַלטן פֿעטער דאָס ייִנגעלע, װאָס האָט ערשט געדאַרפֿט װערן בר־מצװה דעם סוכּות?

װען דער פֿעטער האָט אײַנגעדרימלט, אַראָפּרוקנדיק פֿריער דעם דאַשעק פֿון זײַן רונדיק שװאַרץ חסידיש היטעלע ביז איבער די אױגן, האָט מנחמל אָנגעהױבן טשאַטעװען אױף אַ קאָליריק זומער־פֿײגעלע. ער האָט עס געיאָגט מיט זײַן היטל, געפֿאַלן אױף די גראָזן, אױפֿגעהױבן זיך און װידער געיאָגט װײַט אין דער לאָנקע אַרײַן.

פֿון אײבערשטן שטאָק, װוּ עס זענען געװען די פּאַקױעס פֿון דזשעדזשיץ, האָט עמעצער לעבן אַ פֿאָרהאַנג באַטראַכט דאָס ייִנגעלע. דערנאָך איז געקומען צו לױפֿן אַ קלײן מײדעלע אין אַ ליכטיק־ראָז קלײדל, מיט פֿלאַקסענע האָר, מיט אַ רױט-גרינלעכער לענטע אַרום די צעפּלעך און געהאָלפֿן יאָגן די זומער-פֿלאַטערלעך. בײדע זענען געפֿאַלן, געװאָלט פֿאַרדעקן דאָס פֿלאַטערל, אָבער עס האָט זיך באַװיזן צו ראַטעװען.

„האַלינעטשקאַ! קום אַהײם!“ – האָט אַ שטים גערופֿן פֿון אײנע פֿון די פֿענצטער. דאָס איז די פּריצטע. מנחמל האָט איר געקענט, װאָרעם אין די זונטיקס איז זי געקומען צוזאַמען מיט האַלינעטשקאַ אין אַ קאָטש צום קאָשטשאָל.

„ניע כצען!“ – האָט דאָס שיקסל גערופֿן. „ניע כצען!“

זי האָט אָנגענומען מנחמלען בײַ דער האַנט און אים געזאָגט: „אין די פּאָקאָיעס בײַ אונדז איז אַזוי סמוטנע. אַ גאַנצע װאָך גײ איך נישט אַרױס פֿון שטוב. מײַן מאַמושאַ װײנט און דער טאַטוש האָט שיִער נישט געהרגעט דאָס בעסטע פֿערד מיט זײַן ראַפּניק...“

זי האָט נישט אַרױסגעלאָזט מנחמלס האַנט און איר פֿרעמדער אָטעם האָט אים צוערשט געלאָקט, דערנאָך אָפּגעשטױסן. ער איז איר אָבער נאָכגעגאַנגען שטיל, אומקוקנדיק זיך אױב דער פֿעטער דרימלט נאָך אַלץ לעבן דעם פֿערד-און-װאָגן.

האַלינאַ האָט אים אַרײַנגעפֿירט אין הױז דורך אַ זײַטיק טירל. דער דזשעדזשיץ איז אָנגעקומען. זײַן בליק איז געװען שאַרף, דורכדרינגענדיק און דאָס פּנים פֿאַרגאָסן מיט אַ צאָרנדיקע רױטקײט. האַלינאַ האָט געלאַכט צום פֿאָטער, געלאַכט צו מנחמלען און דאָס קינדערישע געלעכטערל האָט אָנגעהױבן צו מילדערן דעם פּריצס כעס. אין דער רגע האָט זיך דערהערט פֿון די אײבערשטע טרעפּ, באַלײגטע מיט אַ טעפּעך, אַ פֿאַרװיגנדיק-שטיל קול פֿון אַ פֿרױ:

„לאָז די קינדער אַרײַן. דאָס ייִנגעלע איז מײַן גאַסט“...

קענטיק, אַז דער דזשעדזשיץ האָט דערשפּירט אין דעם קול פֿון זײַן װײַב אַ מילדקײט און אָנזאָג פֿון דעם, אַז דער שטורעם איז אַדורך, האָט ער אַ גלעט-געטאָן די טאָכטער איבערן קעפּל און דערנאָך מנחמלען. „גײטס קינדער ז'באָגאָם... שפּילט אײַך“...

װען בײדע קינדער זענען שױן געװען אױבן, איז דער אָפֿענער טיר פֿון די אינעװײניקסטע פּאָקאָיעס, האָט דער פּריץ געזאָגט הױך, אַז אַלע זאָלן הערן: „יאַקי לאַדני כלאָפּטשיק“...

בײ דער װעראַנדע, װאָס איז אַרױס אין הױף אַרײַן, האָט זיך דער פּריץ פֿאַרהאַלטן, געקעמט די װאָנצעס מיט די פֿינגער, אָנגעדרײט זײערע שפּיצן מיט צװײ פֿינגער און זיך חידושדיק אַרומגעקוקט װי ער װאָלט עפּעס געזוכט.

„פֿראַנעק, פּשאַ קרעװ, כאָליעראַ, קום אַהער“...

װען דער פּאַראָבעק איז נאָענט צוגעקומען האָט ער דערזען אַן ענדערונג אין פּריצעס פּרצוף און דאָס װאָס האָט אים אָנגעזאָגט גוטס איז געװען דאָס פֿעלן פֿון פּאָכעדיקן ראַפּניק אין דזשעדזשיצעס האַנט.

– איך האָב אָנגעזאָגט נישט אַרײַנצולאָזן קײנעם אין הױף אַרײן, יאָ, אָדער נײן?

– יאָ, דער יאַסני פּאַן האָט אָנגעזאָגט נישט אַרײַנצולאָזן.

– טאָ פֿאַר װאָס האָסטו אַרײַנגעלאָזט?

– איך האָב נישט אַרײַנגעלאָזט.

– װאָס? זאָגסט ליגנט?

– יעי באָגו, יאַסני פּאַן, עליאַש איז געבליבן מיטן פֿערד און װאָגן פֿאַרן טױער. איך האָב אים נישט געלאָזט אַרײַנפֿאָרן אין הױף אַרײַן.

– און דער קלײנער זשידעק? װי אַזױ איז ער אַרײַן אין הױף?

– די פּאַני האָט געשיקט האַלינעטשקאַן, אַז זי זאָל זיך שפּילן מיט אים... דער פריץ װײסט, אַז שױן באַלד אַ װאָך װי האַלינעטשקאַ איז נישט אַרױס פֿון די פּאָקאָיעס און טאָג און נאַכט אױסגעהערט די געװײנען פֿון דער װיעלמאָזשנאַ פּאַני...

– הם... גײ, פֿראַנעק און רוף עליאַשן... זאָל ער פֿאַרפֿאָרן מיטן װאָגן אין הױף אַרײַן...                                       

*

דער פֿעטער עליע האָט זיך אױפֿגעכאַפּט פֿון זיסן דרימל. דאָס ערשטע איז געװען די שרעק און דערנאָך דער חידוש.

װוּ איז מנחמל, אױ-װײ, מנחמל! מנחמל! און אַז פֿראַנעק האָט אים געזאָגט, אַז מנחמל איז אין דער הײך, אין די פּאָקאָיעס פֿון דער דזשעדזשיצקע, איז די שרעק פֿאַרגאַנגען און עס איז געקומען דער חידוש.

דער טױער האָט זיך צעעפֿנט מיט אַ סקריפּערײַ. די הינט, גרױסע יאַגד-הינט מיט אַרױסגעזעצטע צינגער, מיט אָנגעצונדענע שליפּיעס האָבן באַשמעקט עליעס קאַפּאָטע, געשטעלט זיך אױף די אונטערשטע פֿיס, געסאָפעט, געריבן זיך מיט די רוקנס אָן עליען. „טראָגט זיך אָפּ, שדים, דיאַבלעס!“

דער דזשעדזשיץ איז געזעסן אױפֿן גאַנעק און געלאַכט.

– כאַ־כאַ עליאַשו, װאָס פֿאַראַ ייִד ביסטו, אַז דו שרעקסט זיך נישט פֿאַר הינט? כאַ־כאַ־כאַ... זאָג מיר, עליאַש, װעלכער נישט־גוטער האָט דיך אָנגערעדט  הײַנט פֿאַרפֿאָרן צו מיר?

דער פֿעטער האָט נישט געענטפֿערט. ער האָט געקוקט אױף די פֿענצטער פֿון ערשטן שטאָק פֿון װאַנען עס איז דערגאַנגען אַ הילכיק לאַכן פֿון אַ מײדעלע און דערנאָך קלאַנגען פֿון מוזיק.

די פּריצטע האָט געשפּילט אױף דער פּיאַנאַ.

דער פּריץ האָט מיט אײן פֿוס און מיט אַ האַנט אױסגעקלאַפּט דעם ריטעם פֿון דער מוזיק װאָס איז געפֿלאָסן מיט אָנזאָג פֿון רו און שלװה װאָס איז װידער אױפֿגעגאַנגען נאָך אַ שװערן שטורעם.

– איך װײס דאָך, עליאַש, נאָך װאָס  ביסט געקומען! נעמען אין אַרענדעדעם סאָד. גוט! קריגסט אים! אָבער אַ תּנאי האָב איך׃ דאָס ייִנגעלע... אײגנטלעך, װי אַזױ קערט ער דיר אָן?

– װאָס הײסט װי אַזױ? ס'איז מײַן שװעסטערן־קינד... געקומען פֿון װאַרשע אױף פֿרישע לופֿט...נאָך אַ  קראַנקײט... דער דאָקטער האָט געהײסן...

– איך װיל אַז דאָס ייִנגעלע זאָל אַ גאַנצן זומער זײַן אין סאָד. איך װעל דיר פֿאַרריכטן דאָס שטיבל װאָס שטײט אין מיטן סאָד. איך װעל לאָזן צובױען נאָך אַ צימערל. איך װיל אַז מײַן האַלינאַ זאָל זיך האָבן מיט װעמען צו שפּילן.

דער קאָנטראַקט איז געחתמעט געװאָרן. דער פֿעטער האָט געמאַכט אַ גאָלדן געשעפֿט.

דער דזשעדזשיץ איז געװאָרן אַזױ צוגעלאָזן, אַזױ אױפֿגעלײגט, אַזש ער האָט באַפֿױלן דעם פּאַראָבעק אָנצושיטן אַ זאַק האָבער פֿאַרן פֿעטערס פֿערד און געבן אַ פּאָר בינטן הײ. דער פּרײַז פֿאַר דעם סאָד, װעלכן דער פֿעטער האָט באַצאָלט, איז געװען אַ קלײנער. דערצו נאָך האָט דער פּריץ צוגעזאָגט צו געבן אַ גאַנצן זומער אומזיסט אַלץ װאָס דער סאַדאָװניק װעט דאַרפֿן אױף אױסהאַלט, פֿאַרשטײט זיך נאָר דאָס װאָס איז כּשר, האָט דער פֿעטער צוגעגעבן.

אױפֿן װעג צוריק, האָט דער פֿעטער געזאָגט׃

– כ'װעל נישט הײַנט פֿאַרפֿאָרן צום גױ קאָפּיטאָ... װײסט, װאָס איך װעל דיר זאָגן, מנחמל, אַז זאָלסט קײן מאָל נישט װעלן שיסן צװײ האָזן מיט אײן מאָל... װאָס װעל איך זיך אַרומפֿירן מיט צװײ בהמות װעלכע דער קאָפּיטאָ װיל פֿאַרקױפֿן, אַז איך האָב שױן געמאַכט אַ גאָלדן געשעפֿט? לױטן דין ביסטו אַ שותּף. איך האָב ליב אין מסחר נישט אָפּצונאַרן, בפֿרט נאָך אַ ייִד, װאָס דאַרף אם ירצה השם, װערן סוכּות, בר־מצװה... איך װעל נאָך הײַנט שרײַבן צו דײַן מאַמע, אַז זי זאָל קומען צו פֿאָרן, װײַל זי איז אַ שותּפֿטע צום גוטאַזשעװער סאָד...  

– אױב אַזױ, פֿעטער, טאָ זאָל מיר דער פֿעטער געבן די לײצעס. איך װיל אַ ביסל אָנטרײַבן...   

– נעם  די לײצעס, נאָר יאָג נישט אַרױס פֿון  פֿערד דעם דעך... פֿיר זיך װי אַ ייִד... שמײַס נישט, אַז עס זאָל אים װײ טאָן... גײ געלאַסן... מיר װעלן פֿאַרפֿאָרן אַהײם צו דער צײַט...

*

דער פֿעטער האָט זיך אױסגעצױגן אין װאָגן, אױפֿן פֿרישן שמעקעדיקן שטרױ װאָס דער דזשעדזשיץ האָט געגעבן, אַראָפּגערוקט דאָס היטל ביז איבער די אױגן און אָנגעהױבן ברומען זײַן ניגון װעלכן ער האָט שױן אױסגעזונגען דעם פֿאַרטאָג׃

– השמיעני בבוקר חסדך – און דו האָסט געהערט, טאַטע אין הימל, אין דעם פֿרימאָרגן, דײַן חסד, אױ־אױ, אױ־װײ, גאָטעניו...

עס איז געװאָרן שטיל, מען האָט געהערט אין די צװײַגן דעם פֿײגל־געצװיטש, אַ געזשומערײַ פֿון בינען און אַ װײַט געזאַנג פֿון אַ פּאַסטעך.

מנחמל האָט געקוקט אױף גאָטס װעלט און אַ בענקשאַפֿט מיט אַ טרױער האָט אים אַרומגענומען נאָך עפּעס װאָס איז װײַט און אומבאַקאַנט.

די ערבֿ שבֿועותדיקע שײנקײט פֿון די פּױלישע װעגן האָבן אים געשראָקן. ער האָט געװאָלט אױפֿװעקן דעם פֿעטער און נישט געװאַגט. דאָס פֿערד איז געגאַנגען שפּאַן נאָך שפּאַן, נישט געקוקט אױף דער שלװה האָט עס אַזױ װי אױסגעפֿילט דעם אומרו פֿון ייִדישן ייִנגעלע און זיך אומהײמלעך צעהירזשעט.

Mendl Man's "Ven epl-beymer blien" from the autobiographical volume Di yidish-poylishe milkhome, Tel-Aviv: Y.-L. Perets Farlag, 1978, pp. 41-49.

5)----------------------------------------------------
Date: 4 December 2007
From: ed.
Subject: Yiddish-English Glossary to "Ven epl beymer blien"

 

לענטע, די (ס) ribbon

מאַזאָװיע Mazovia

מאַלינע־קוסטעס (ן)  raspberry bushes    

מדינה־גײער , דער beggar

מודה אני confess [morning prayer]   I  *

ניע כצען  "I don't want to"  Polish

סטריכע, די (ס) rooftop

סמוטנע <Polish  sad

עצהסטו  you advise

פּאָקױע , די (ס) lodging

פּאַראָבעק, דער <Polish parobek 'fieldhand'

פּוך, דער fluff

פּיאַסקע, די (ס) hounds, bitches <Polish  *

פּענעץ, דער (ער\ ן) slice

פּריץ, דער  landlord

פּריצטע, די landlord's wife

פּרצוף, דער face,mug

פּשאַ קרעװ, כאָליעראַ -

     Polish curse 'dog-blood good-for-nothing' -   

פֿאַרפּײַניקט tormented

צוגעלאָזן permitted *

צװיט  blossom

קאָנאָפּלע־פֿעדעם hemp thread

קאָפּעטע, די (ס) hoof

קאָשטשאָל Catholic church

קוסט, דער (ן) bush   [די קוסטעס]

קײשל, דאָס basket

ראָזלעך pinkish

ראַָזעװע, rosy  *

ראַפּניק whip

רציחה murder

שװאַלב, די (ן) swallow

שטאַכעט, דער (ן) picket (in a fence)

שירץ, דער (ן) apron

שלװה, די calm

שליאַך path

שליפּיעס, plural] eyes]

שעניק, דער (עס) mattress   *

אַגראַפֿקע ,די safety pin

אױפֿגעלײגט cheerful

אָפּגעשטױסן  repelled

אַפּותיקי , די (–ות) \פּותיקי [אַפּותיקא[text:  [large fortune]

באַזאַכט  leisurely

באָטשנע װעגן sidetracks, byways 

גאַניק,/ גאַנעק דער porch

גוטאַזשעװער Gutazhever  [one from Gutazhev]

גזשיװע mane

גניאַדן bay

גניאַדער bay

געהירזשעט , neighed

געחתמעט , signed

געלאָקט  attracted

גערױעט / געריעט rummaged in]

גרײַכט , reached

דאָמינאָ  dominoes text has]  דאָמינע]    

דאַשיק, דער visor

דזשעדזשיץ, דער lord    

דישעל, דער wagon shaft

װידלע , די pitchfork

װיעלמאָזשנאַPolish wielmoza> nobleman   

װעג־קזשאַקעס roadside bushes  < Polish krzak

װערבע, די (ס) willow

זאַגראָדע, די (ס)  < Polish zagroda 'farm' *

ז'באָגאָם   God be with you <Polish

זשידעק, jewboy

זשמעניע, די (ס) handful

טינדל \ טונדל , דאָס keg

טערניטשקע Polish > ?card game or group of games?

טשאַטעװען, be on the lookout for

יעי באָגו   Polish]  ]  !God by

יאַסני  lucid

יאַקי לאַדני כלאָפּטשיק  "Polish "What a rascal

לאָנקע, די (עס) meadow

לובאָװניצע lover

לײצע, די (ס) rein

לענגאַלקע, long  *

 

 

 

Suggested Glossary Corrections

Corrections follow Yiddish alef-beyz

1.*   זאַגראָדע  here seems to refer to the fences one can see from afar, which is the basic meaning of this word in Polish, not to 'farms' [Moshe Taube]. 

2.*  לענגאַלקע    is not 'long' but the name of a variety of pears, called beurré in French (see Niborsky's dictionary) and apparently beurre (without the accent) in English too (cf. http://www.sln.potsdam.ny.us/pears.html). [Moshe Taube]

3.מודה אני  'I thank' [Zelda Newman]

4.* די פּיאַסקעס does not derive from פּיאַסקע but from Pol. piasek, plur. piaski   'sands', not 'hounds', 'bitches'. Here it probably is a geographical name. [Moshe Taube]

5.*  צוגעלאָזן  here is not 'permitted', but 'affable', 'friendly' - someone you can approach without fear [Moshe Taube]

6.*  ראַָזעװע  could indeed mean 'rosy', but in the text we have ראַזעווע ברויט which means 'whole-meal bread'.[Moshe Taube]

7.שעניק   is not simply a mattress, but specifically a straw-mattress [Moshe Taube]

------------------------------------------------------------------------------

End of The Mendele Review Vol. 11.013

Editor, Leonard Prager

Subscribers to Mendele (see below) automatically receive The Mendele Review.

Send "to subscribe" or change-of-status messages to:  listproc@lists.yale.edu

        a. For a temporary stop: set mendele mail postpone
        b. To resume delivery: set mendele mail ack
        c. To subscribe: sub mendele first_name last_name
        d. To unsubscribe kholile: unsub mendele

                               

**** Getting back issues ****

The Mendele Review archives can be reached at: http://yiddish.haifa.ac.il/tmr/tmr.htm

Yiddish Theatre Forum archives can be reached at: http://yiddish.haifa.ac.il/tmr/ytf/ytf.htm

Mendele on the web: http://shakti.trincoll.edu/~mendele/index.utf-8.htm

***