The Mendele Review: Yiddish Literature and Language
(A Companion to MENDELE)

---------------------------------------------------------
Contents of Vol. 10.011[Sequential No. 176]
Date:
3 December 2006

1) This issue of TMR (ed). 
2) Vi azoy hob ikh gevunen oyf der loterey? fun B. Yeushzon. [Third (and last) installment, Yiddish text]
3) Afterword on Vi azoy hob ikh gevunen oyf der loterey? (ed.)

Click here to enter:  http://yiddish.haifa.ac.il/tmr/tmr10/tmr10011.htm

1)----------------------------------------------------------
Date: 3 December 2006
From: ed.
Subject:  This issue of TMR.

In this issue of TMR we give the third and final installment of B. Yeushzon's scarce 1912 Warsaw penny pamphlet Vi azoy hob ikh gevunen oyf der loterey? ('How I Won the Lottery'). The editor adds an "Afterword" to his preliminary comments (see TMR vol. 10.009). -- Book note: Morris M. Faierstein reports that the Tendlau book of proverbs cited in TMR 10.010 is available in modern font in an edition published by Parkland Verlag in 1998 and that Amazon.de and www.Abebooks.com offer used copies in excellent condition for $10 or so.   Schocken put out an edition in 1934.

2)-----------------------------------------
 Date:
3 December 2006
 From: Robert Goldenberg

 Subject: Vi azoy hob ikh gevunen oyf der loterey? fun B. Yeushzon. [Third (and last) installment, Yiddish text]

---------------------------------------------------------------------

 

[Third (and last) installment, Yiddish text]

 

איר פֿאַרשטײט דאָך דעם פּירוש פֿון „על כּן“. – געלט, געלט, געלט? דער האָט אַ קראַנקן קרובֿ, װאָס ליגט אין הקדש, און דער האָט אַן אײגענעם מאָגן, װעלכן ער דאַרף קורירן, יענער האָט אַ בחור „אַ זײַדן קינד“, װאָס דאַרף שטײן צום פּריזיװ, דאָס איז גלאַט שלעכט און יענעם גײט גלאַט עפּעס נישט װי „עס דאַרף צו זײַן“, און יעדער לאָזט אױס נאָך אַ מאָל (צװײ מאָל איז שטאַרקער!) מיטן זעלבן אָנצוהערעניש, דאָס כ'בין דאָך אַלײן ערשט אָט דאָ נישט לאַנג געװען אַ קבצן און פֿאַרשטײ דערום די לאַגע פֿון אַ קבצן... און עס װעט מיר דען עפּעס העלפֿן?

מיט אַ טיאָכקנדיק האַרץ לאָז איך מיך יעדעס מאָל אַרײַנגײן אין שלאָף-שטוב און שלעפּ מיר פּאַװאָלינקע אַפֿױער [אַפֿער] די פֿאַטשײלע מיטן געלט פֿון אונטערן שעניק און שלעפּ, שלעפּ, אַ מטבע נאָך אַ מטבע, אַ קערבל נאָך אַ קערבל...

נאָר קײנעם קען איך נישט צופֿרידן שטעלן, בײַ קײנעם קען איך זיך נישט אױסקױפֿן פֿאַר מײַן עשירות, יעדער גײט זיך אַװעק ברוגז און אָנגעדרודלט און אָן אַ זײַט-געזונט, כאָטש נעם און הײל זײ אױס אַלעמען – די קרובֿים און די מאָגנס, באַפֿרײַ זײ די בחורים, די „זײַדענע קינדער“, גיב זײ אױף פּרנסה און אױף דירה-געלט, און לכל הפּחות נעם זײ כאָטש אַרײַן צו דיר אױף קעסט!...

נאָך נישט רעכט אָפּגעאָטעמט און אָפּגעפּטרט די פֿריערדיקע געסט, װי עס עפֿנט זיך װידער די טיר מיט רעש און ס'פֿאַלט אַרײַן אַן אַלטער מומע פֿון טאַטנס צד, אַ ברײטע מומע אין אַ ברײטן אַטלעסענעם זשאַקעט און מיט נאָך אַ ברײטער מענה-לשון, צוזאַמען מיט צװײ קרובֿים, יעדן מיט בערד און מיט ציגאַרן,  און גלײַך זיצט מען זיך אַװעק נעבן מיר אַרום טיש און אָן שום איבעריקע שהיות טוט מען זיך פֿעסט אַ נעם צו מיר.

װאָס איז װידער?

היות װי איך בין דאָך אַלײן אָט דאָ ערשט נישט לאַנג געװען אַ ייִד אַ קבצן וכו', אױסגעגאַנגען פֿון דחקות און געשטאָרבן דרײַ מאָל אַ טאָג פֿון הונגער וכו', און היות – רײדן רײדן די ייִדן מיט די ציגאַרן און די מומע העלפֿט אונטער.

היות װי ס'איז פֿאַראַן אַן אָרימע בתולה אין דער משפּחה, אַ יתומה, נעבעך, אָן טאַטע-מאַמע, אָן השגחה, אַ בוגרת, װאָס דער צאָפּ איז איר שױן באַלד גראָ, מ'דאַרף אַ שידוך טאָן און ס'איז קײן נאָדל פֿאָדעם נישטאָ, װאָרום װער זאָל געבן, װער, האַ? היות זשע װי גאָט האָט מיר געהאָלפֿן וכו'. און אפֿשר טאַקע – זאָגט די מומע – בין איך אין דער יתומהס מזל געהאָלפֿן געװאָרן“ ... על כּן ליגט אױף מיר דער חובֿ וכו'.

בין איך דאָך שױן װידער אין פּעקל! אַהין, אַהער, ס'װעט מיר דען עפּעס העלפֿן? גײ איך מיר אַרײַן אין דער שלאָף-שטוב און נעם מיר אַפֿױער [אַפֿער] די פֿאַטשײלע און שלעפּ מיר פּאַװאָלינקע אַרױס אַ גאַנצן, קנאַקנדיקן פֿינף-און-צװאַנציקער און פּרוּװ עס דערלאַנגען די ייִדן מיט די ציגאַרן.

- נאַט, זאָג איך, און זאָל זײַן אין אַ גוטער שעה.

טוט זיך אוודאי די מומע נישט אַ כאַפּ אױף און דערלאַנגט אַ פּליעסק מיט די הענט, און, קוקנדיק אױף איר, טוען זיך אױך אַ הױב און אַ שפּרונג די ייִדן מיט די ציגאַרן און מ'טוט מיר אַ שמיץ דעם פֿינף-און-צװאַנציקער גלײַך אין דער נאָז, געקױלעט האָב איך זײ אַלעמען!

האַ? װאָס? הע? דערמיט װעלן מיר חתונה מאַכן די יתומה אָן טאַטע-מאַמע? דערפֿון װעלן מיר איר געבן אַ נדן און אַ װיפּראַװע  [ 'trousseau']  

און חתונה-הוצאות? װי לאַנג איז אַז דו ביסט אַלײן געװען אַ קבצן און נישט געהאַט צו עסן, האַ? װי לאַנג איז, מ'האָט דיר אַלײן צונױפֿגענומען אױף שבת? האַ?...

- אָבער גאָט איז מיט אײַך – בעט איך זיך בײַ זײ – קענט איר דען פֿאַרלאַנגען פֿון מיר, כ'זאָל אין גאַנצן נעמען די יתומה אױף מײַנע פּלײצעס? און אַז גאָט האָט מיר שױן געהאָלפֿן און כ'האָב געװינען אַ פּאָר קערבלעך, קען איך עס דען נעמען, זאָג איך, און אַלעמען צוטײלן?

נו, נו, איז מען דאָס אַרױס אױף מיר און מ'האָט מיך געטאָן אַ צװאָג אָפּ?

- װאָס זאָגט איר נישט אױף זײַן טאַטן, האַ? זעט נאָר, כ'בעט אײַך, דאָס ברײטקײט פֿון דעם נעכטיקן קבצן!... אַ פּאָר קערבלעך? צען טױזנט רובל – אַ פּאָר קערבלעך! ... האָסט אַ סך אַרײַנגעלײגט אין געשעפֿט, אַרײַן, האַ! אַ סך געאַרבעט דערױף, װאָס? ט'איר געהערט אַ העזה פֿון אַזאַ פּענטיוק, אַזאַ שנאָרער! ... הערסט זעליק? די יתומה זאָלסטו חתונה מאַכן? דאָ אין שטוב אַרײַן װעלן מיר זי דיר אַרײַנשיקען! ...

בקיצור, אַ גאַנצע נאַכט איז מען געזעסן איבער מײַן קאָפּ. מ'האָט מיך געזידלט און געשנידלט מיט דער בלאָטע, מײַן װײַב איז געזעסן אין קיך און ספּאַזמירט און איך, איך ... – דרײַ הונדערטערס אײַנגעלײגט פֿאַר דער יתומה, װאָס, לױט די מומעס װערטער, בין איך אין איר זכות געהאָלפֿן געװאָרן! ...

אַזױ האָבן זיך אַװעקגערוקט אַ צװײ חדשים, אָן אײן רויִקע שעה, אָן אײן איבערבײַסן במנוחה, תּמיד אַ צעקאָכטער, אַ צעהיצטער, אַן אָנגעזידלטער, יעדן טאָג זענען אױסגעװאַקסן אַנדערע פּאַרשױנען און קרובֿים און מומעס מיט מענה-לשונס  און כּסדר איז מען געשטאַנען איבער מײַן קאָפּ און געפֿליקט, געצופּט, געריסן, געריסן און געריסן אָן אױפֿהער ...

———

אײן מאָל בײַ נאַכט, װען אין שטוב זענען שױן אַלע געשלאָפֿן, האָב איך מיר װידער אַרֿױפֿגענומען די פֿאַטשײלע מיטן געלט פֿון אונטערן שעניק און פּאַװאָלינקע גענומען איבערצײלן, אַ מטבע צו אַ מטבע, אַ קערבל צו אַ קערבל, און גענומען װעקן מײַן פּלוניתטע.

- טשיפּע, דו שלאָפֿסט?

- נײן, װאָס איז דען?

- דו װײסט, זאָג איך, טשיפּע, עס „טאָגט“ שױן!

- דהײַנו?

- מיר האַלטן שױן, זאָג איך, ברוך השם, אין דער פֿאַטשײלע בײַ פֿיר טױזנט ... שױן צײַט, זאָג איך, צו קלערן אַ תּכלית, װאָרום מ'זאָל, זאָג איך, לאָזן אַזױ גײן װײַטער נאָך אַ פּאָר חדשים, זענען מיר דאַמאָלסט, זאָג איך, אױס קאַפּעליוש-מאַכער און צוריק קבצנים כּמו, שנאמר ... מ'דאַרף קלערן אַ תּכלית, פֿאַרשטײסט?

- װאָס אַ שטײגער?

- אָט װעגן דעם, זאָג איך, װעלן מיר טאַקע אָנהױבען צו קלערן...

———

IV

- איז האַלטן מיר בײַם תּכלית, האַלטן מיר, האַ? װי אַזױ כ'האָב אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל געװאָלט מאַכן אַ תּכלית פֿון געלט, באַזאָרגן זיך, הײסט עס, מיט עפּעס אַ פֿײַנע פּרנסה און מיט שפֿע אױף ימים ושנים אַרױס.

איר װערט נתפּעל, זע איך, איר טאַנצט׃ אײַ, אײַ, אײַ!

ט-צאַ, ט-צאַ, ט-צאַ! אַזױ פֿיל געלט, געלט, געלט!

פֿעטער, איר װעט אַ מאָל אױפֿהערן צו טאַנצן, אָדער נײן?

קאָכט זיך נאָר נישט, בעט איך אײַך, באַטראַכט עס רויִק און געלאַסן, אַוודאי, למשל, װען מען זעט דאָס אַ סוחר אָדער אַ קרעמער האָט ליגן מזומנע פֿינף, זעקס טױזנט קערבלעך, איז אַ סימן, אַז ס'איז אים גוט און װױל, איז דערפֿון געדרונגען, דאָס ער האָט אַ גאָלדן געשעפֿט אין האַנט, װי באַלד ער האָט געקאָנט זײַן אַ בריה און אָפּשפּאָרן אַזױ פֿיל געלט. װאָס פֿרעג איך אײַך, קאָן אָבער אױפֿטאָן מיט אַן אפּותּיקי געלט, װי גרױס זי זאָל נישט זײַן, בעת זי פֿאַלט אַרײַן צו אַזאַ שטײגער ייִדל, װי איך, אַ שליממזל, טפֿו זאָל עס װערן, פֿון דער מאַמעס בױך, אַ מענטש, װאָס האָט נישט קײן שום באַגריף אין עולם-המסחר, אַ געװעזענער באַנק-קנײטשער, װאָס נאָך דער חתונה איז ער אָפּגעזעסן אױפֿן שװערס קאַרק, ביז שװער און שװיגער האָבן אים גענומען אײן מאָל אין אַן איסרו-חג נאָך סוכּות און אַרױסגעװאָרפֿן צוזאַמען עם זוגתו הינטער דער טיר, און מ'האָט זיך אַזױ לאַנג אַרומגעבלאָנקעט, ביז „זי“ האָט זיך אַנידערגעשטעלט בײַ אַ בױד גרינס אױפֿן מאַרק, און ער, איך בכבֿודי ובעצמי הײסט עס, האָט גענומען קנעלן אין „שטיבל“ אַ פּאָר שעה אין טאָג מיט עטלעכע ייִנגלעך און די איבעריקע צײַט אונטערגעהאַנדלט מיט אַ פּאָר „צעטעלעך“ און פֿאַרשװאַרצט זיך דאָס פּנים, און נאָר פּלוצים, קײַענדיק די יום-טובֿדיקע סעודה, אַ שטיקל ברױט מיט הערינג, און אַרײַנקוקנדיק אינעם פּירוש פֿון „אקדמות“ – פֿאַלט אַזעלכן אַראָפּ װי פֿון הימל אַ גרױסע פֿאַטשײלע מיט געלט׃ װאָס, פֿרעג איך אײַך, קען אַזעלכער אױפֿטאָן דערמיט, האַ?

זאָל איך אײַך דען אױסרעכענען די אַלע תּרפּ"ט עסקים און מסחרים, צו װעלכע איך האָב זיך געכאַפּט, זוכנדיק אַ תּכלית, און פֿון װאַנען כ'בין אומעדום אַרױס מיט שן-ועין און מיט גומל בענטשן?

זאָל איך אײַך אפֿשר דערצײלן די מעשׂה מיט די שמאַטעס?

װי אַזױ ס'איז געקומען צו מיר אײן מאָל אַ געלער יונגערמאַנטשיק און האָט מיר פֿאָרגעשלאָגן אַ גאָלדן געשעפֿט מיט שמאַטעס, װי אַזױ דורך זײַנס אַן ערפֿינדונג [אַ צוטראַכט] צוזאַמען מיט אַן אױסלענדישע מאַשין, קױפֿט מען שמאַטעס און מען לײגט זײ אַרײַן אין דער מאַשין אַרײַן און מען שטעלט אַװעק אַ גױ, ער זאָל דרײען בײַם ראָד, און אַז דער גױ דרײט, ציט זיך אַרױס דער װאָל פֿון די שמאַטעס און דער װאָל פֿאַרקױפֿט מען דערנאָך אױסלאַנד (אױסלאַנד-גנבֿ, זאָגט ער, קױפֿט אַלץ!) און מען װערט גליקלעך דערפֿון, איבערגליקלעך! ... װי אַזױ די זאַך האָט נושׂא-חן געװען אין מײַנע אױגן און כ'האָב דעם געלן יונגנמאַנטשיק צוגענומען פֿאַר אַ שותּף און מיר האָבן געדונגען אַ גרױסן קעלער-װױנונג און געמאַכט אַ קאָנטראַקט און אַראָפּגעבראַכט אַ מאַשין פֿון אױסלאַנד מיט אַ גראָבן קײַלעכדיקן דײַטש, אַ מאַשיניסט, װאָס זאָל אױפֿשטעלן די מאַשין; װי אַזױ כ'האָב דערװײַל אָפּגעקױפֿט אַ געװאַלדיקן אוצר מיט שמאַטעס און אַרײַנגעבראָקט העכער טױזנט קאַרבױנעס און דער מאַשיניסט האָט געמאָנדרעװעט בײַ דער מאַשין אַ װאָך דרײַ נאָכאַנאַנד און געצױגן בײַ מיר כּסדר דרײַערלעך און פֿינפֿערלעך און צענערלעך, און װי אַזױ מ'האָט שױן סוף כּל סוף דערלעבט אַנידערצושטעלן אַ גױ (אַ געזונטער גױ!) בײַם ראָד, און דער גױ האָט געדרײט און געדרײט אַזױ לאַנג, ביז פֿון די שמאַטעס זענען אַרױסגעקומען – שמאַטעס, נאָך מיט אַן עיפּוש און מיט אַן אוױר און מיט אַ ריח, דאָס דער גאַנצער הױף האָט זיך געהאַלטן בײַ די נעז און באַקומען דעם קאַטער... און ס'איז אַראָפּגעקומען פּאָליצײ און דער פּריסטאַװ,  בכבֿודו ובעצמו, האָט מיר אָנגעדרײט פֿאַרן אױער און מיך פֿאַרבעטן אין אוטשאַסטאָק און געשטעלט אַדװאָקאַטן און געקנסט מיך מיט אַ שײנע פּאָר הונדערטערס, און לסוף נאָך אַלײן געמוזט דינגען פֿורען און אױפֿרױמען די שמאַטעס און אַװעקפֿירן זײ װײַט װײַט הינטער דער שטאָט, אונטער די הרי-חושך, און זײ דן זײַן לשׂריפֿה, ס'זאָל קײן זכר נישט בלײַבן...

און װעגן דעם לעצטן עסק מײַנעם מיט דער מקוה האָט איר דאָך געהערט מן-הסתּם.

װי אַזױ בלײַבנדיק מיט די לעצטע צװײ טױזנט קערבלעך איז מיר אײן מאָל בײַנאַכט אײַנגעפֿאַלן אַ געניאַלער אױפֿטו צו נעמען און אױפֿשטעלן אַ מקוה, מחמת צו אַ מקוה, האָב איך מיר געמאַכט דעם חשבון – בין איך לױט מײַן מעמד און פֿעיִקײטן זײער און זײער צוגעפּאַסט און אין דערין װעט אפֿילו דער גרעסטער לאָדזער פֿאַבריקאַנט נישט זײַן ביכולת צו קאָנקורירן ... װי אַזױ כ'האָב אױסגעזוכט אַ הײמישן פֿון אנשי-שלומינו, אַ גרױסער מסוגל אין די שטײגער זאַכן און אַ שטאַרקער „מאַכער“ אין פּאַפּירן, פּראָשעניעס, פּלענער וכדומה, און האָב אים צוגענומען פֿאַר אַ שותּף און מיר האָבן אָפּגעדונגען אַ פּלאַץ מיט אַן אַלטע חורבֿה, איבערצומאַכן דערפֿון אױף אַ מקוה, װי אַזױ מיר האָבן אַראָפּגעבראַכט אַ קאָמיסיע מיט אַן אינזשיניער און געדונגען מוליאַרעס און געלײגט דעם ערשטן ציגל, און געלאָזט אױסקלעבן מודעות, בהכשר הבד"ץ דפּה, אין אַלע שטיבלעך און בתי-מדרשים װעגן אַ כּשרע מקוה... װי אַזױ די מוליאַרעס האָבן גלײַך פֿאַרשטרײַקט און מיר זענען געבליבן פֿיר װאָכן הענגען בין שמים-וארץ און זיך פֿאַרשולדיקט מיט חובֿות איבערן קאָפּ. און װי אַזױ סוף-כּל-סוף האָבן מיר שױן ענדלעך דערלעבט צו פּראַװען אַ חנוכּת-הבית און עפֿענען די כּשרע מקוה און אין אַ צװײ טעג אַרום קומט מײַן שותּף צולױפֿן צו מיר מיט אַ בשׂורה׃

- געפּ-לאַ-צ-ט!! – און פֿאַלט אין חלשות.

- געפּלאַצט דער קעסל! און דער גױ דער הײצער, איז געהרגעט געװאָרן.

הע? איר װילט, זע איך, װיסן דעם סוף.

װי אַזױ גױים האָבן באַלעגערט מײַן שטוב און געװאָלט מיך אױף שטיקער צערײַסן, און איך בין קױם מיטן לעבן אַנטלאָפֿן צו מײַן אַ קרובֿ אױף דער פּראָװינץ און געלײגן דאָרט באַהאַלטן עטלעכע װאָכן, װי אַזױ ס'האָבן זיך אָנגעהױבן צו פֿירן דיעלעס מיט פּראָצעסן מיט פּורעניות!... און בין אַװעקגעלאָפֿן מיט עטלעכע ייִדן צו דעם גױס בני-בית און געװײנט פֿאַר זײ און געספּאַזמירט און אױסגעשאָטן זײ מײַן רױטע פֿאַטשײלע מיטן לעצטן ביסל געלט, װאָס ס'איז געלעגן דאָרטן׃ נאַט, נעמט, מער האָב איך נישט! נאַט אײַך מײַן האַלדז, קױלעט מיך!...

———

יאָ, פֿעטער, אַנטקעגן װאָס איז, אײגענטלעך, אַרױסגעקומען דער גאַנצער שמועס?  אַנטקעגן דעם, װאָס אַ ייִד אַ שליממזל שפּאַרט זיך אײַן, װי יענער שעדליצער חסיד בײַם רבין׃ דווקא! געלט װיל ער׃ ער נעמט דעם רבונו של עולם אױף ס'כּח׃ – „דו װילסט דווקא? נאַ – זאָגט צו אים דער רבונו של עולם – און װער אױסגעריסן! שלאָף נישט און עס נישט, האָב צו טאָן מיט סטרײַקערס און מיט קבצנים פֿון דער גאַנצער משפּחה, מיט שמאַטעס און מיט מקוהס און מיט געפּלאַצטע קעסלען און געהרגטע גױים, און דיעלעס און פּראָצעסן און שלעק און פּורעניות און, און ... טפּו!

———

„סובֿבֿ סובֿבֿ הולך הרוח, ואל מקומו שב הרוח“ – האָט שלמה המלך געזאָגט.

װי לאַנג האָט בײַ מיר געדױערט די פֿאַטשײלע מיטן געלט? אסור אױב איך געדענק! אַ חלום איז עס געװען, און פֿאַרשװוּנדן איז דער חלום. מײַן װײַב שטײט צוריק אױפֿן מאַרק מיטן גרינס און הרגעט זיך אַרום גאַנצע טעג מיטן קאָנקורענט. און איך – איך קנעל אין שטיבל מיט עטלעכע ייִנגלעך אַ פּאָר שעה אין טאָג, און די איבעריקע צײַט, די איבעריקע צײַט, פֿאַרשטײט איר מיך, איז ע-

- האָט נישט קײן פֿאַריבל, ר' ייִד, אפֿשר װעט איר בײַ מיר נעמען אַ „פֿיערטעלע“ אױף שפּיל-געלט? ...

3)------------------------------------------------------------

Date: 3 December 2006

From: ed.

Subject: Afterword on Vi azoy hob ikh gevunen oyf der loterey?

Afterword

 

Paradox: gain is loss; to improve your situation is to make it worse. Money "naturally" flows to money. When a dyed-in-the-wool pauper comes into money, he will inevitably lose it, Capital being capricious. But the lure of winning 10,000 rubles in a lottery for the price of one is irresistible, especially when times are bad:

בפֿרט נאָך איצט, בעװנותינו- הרבים, װען פּרנסה איז קריעת ים-
סוף און אַלע קװעלען פֿון חיונה האָבן זיך אױסגעשעפּט.   

The frame story (that many readers may find bizarre and not altogether appropriate) tells of a fervent hasid and his illustrious rebe. The childless hasid unrestrainedly demands his rebe use his influence in Heaven to give him a son:

געװאָלט טאַקע ממש בגװאַלד אַרױסקריגן פֿון רבין אַ קינד!

The hasid gets the son he so desperately wants, but the child is sickly and rearing him is so hellish that after a few years of suffering the father asks for the rebe's help. The child dies. The narrator then tells us that this true story can serve as a moshl, a parable figured in the experience of a pauper trying to win a lottery.

עד כּאן איז די מעשה, איזן איז עס, פֿאַרשטײט איר מיך, אַ מעשה שהיה, נאָר אױב איר װילט קען עס אױך נוצן פֿאַר אַ משל, אַנטקעגן דעם, װאָס אַ ייִד אַ קבצן שפּאַרט זיך אַ מאָל אײַן בײַם רבונו של עולם׃ געלט! און דװקא צו טױזנטער האָט ער חשק, און עצות גיט ער דעם רבונו של עולם, װי אַזױ ער זאָל אים העלפֿן און דורך װאַנען ער זאָל די ישועה שיקן, דאָס די לײַכסטע זאַך, גיט ער אים צו פֿאַרשטײן, איז אַ צעטל, אַ לאָטערײ צעטל, מחמת צו אַ צעטל – אַזױ טענהט זיך אַזאַ שטײגער ייִד אױס – װעט דער רבונו של עולם גאָרנישט דאַרפֿן צולעגן [צולײגן]. סײַ װי סײַ מוז דאָך עמיצער געװינען. טאָ װאָס אַרט אים – אַז ער?...

Sitting about in the synagogue the narrator had heard stories of miraculous winnings aided by dreams. His own grueling poverty led him to become a lottery agent and he wins 10,000 rubles. The satiric section of the story describes the relatives and would-be do-gooders who claim a share of his good luck. The mechanical and repetitive nature of the events in which the narrator gives up his fortune adds to the story's comicality – even though the hungry striking workers and the unmarried psule whose braid is showing signs of gray (der tsop iz ir bald gro) are very real. The mountainous old aunt in her satin jacket accompanied by two bearded cigar-smokers are vividly portrayed. Their  appeal for funds seems somehow soiled. Society in the story is divided between those who see winning a lottery as a gift from God and those – e.g. the young workers -- for whom it is simply unearned increment. The loose-tongued old aunt adds her own theological twist by suggesting the narrator has won the lottery by the merit (skhus) of the needy psule.

The story portrays acidly the unwholesome transition from gemeinschaft to gesellschaft. An extended family reinvents itself in order to shnor. The proletariat invokes a primitive form of distributive justice which requires the lottery winner to supply dinners for a minyen of strikers, their union apparently not sufficiently organized to deal with an extended strike. The narrator warns us not to force God's hand and to accept our lot – at least if we are as much of a shlimazl as he admits to being.

B. Yeushzon, who was to go on to become one of Poland's most outstanding Yiddish journalists and editors, produced a penny pamphlet that would have a popular appeal.  His ear for spoken Yiddish is faultless – we hear the narrator.

[My copy of  Vi azoy hob ikh gevunen oyf der loterey? is falling to pieces, but the internet – deservedly -- will now preserve it.]

-------------------------------------------------------------------------------

End of The Mendele Review Vol. 10.011

Editor, Leonard Prager

Subscribers to Mendele (see below) automatically receive The Mendele Review.

Send "to subscribe" or change-of-status messages to:  listproc@lists.yale.edu

        a. For a temporary stop: set mendele mail postpone
        b. To resume delivery: set mendele mail ack
        c. To subscribe: sub mendele first_name last_name
        d. To unsubscribe kholile: unsub mendele

                                

****Getting back issues****

The Mendele Review archives can be reached at:  http://yiddish.haifa.ac.il/tmr/tmr.htm

Yiddish Theatre Forum archives can be reached at: http://yiddish.haifa.ac.il/tmr/ytf/ytf.htm

Mendele on the web: http://shakti.trincoll.edu/~mendele/index.utf-8.htm


***