The
Mendele Review: Yiddish Literature and Language
(A Companion to MENDELE)
---------------------------------------------------------
Contents of Vol. 10.009 [Sequential No. 174]
Date:
1) This issue of TMR (ed).
2) A colored Yiddish postcard by H. Goldberg, Jehudia Publishers Warsaw
(1912-1918) [From the National Library,
3) Berlin-printed Postcard with three verses of a popular folksong "Gey
ikh mir shpatsirn" ('I go walking')
4) Vi azoy hob ikh gevunen oyf der loterey? fun B.
Yeushzon. [First installment, Yiddish text]
Click here to enter: http://yiddish.haifa.ac.il/tmr/tmr10/tmr10009.htm
1)----------------------------------------------------------
Date:
From: ed.
Subject: This issue of TMR.
This issue of TMR returns us to
The penny pamphlet here given straddles
several sub-genres. There were innumerable popular science brochures, booklets
on how to win a groom, how to avoid tuberculosis, how to get to the
[I give the
text in Yivo-spelling and in a few instances show in red the original text.
A Second Installment will follow in the next issue of TMR.]
2)---------------------------------------------------
Date:
From: ed.
Subject: A colored Yiddish postcard by H. Goldberg, Jehudia Publishers Warsaw
(1912-1918) [From the National Library,
"דער טאַטע ער שרײַבט אין זײַן בריװל אַזױ
איך גריס אײַך, אָ, קינדערלעך טײַערע
געבענטשט זאָלט איר זײַן מיר, און שטאַרק און געזונט
איך קוש אַלע גלידערלעך אײַערע!..."
"Your father writes in his letter
That he greets you, dear little children,
That he blesses you, wishes you health and strength
And kisses your every little limb.
3)---------------------------------------------------
Date:
From: ed.
Subject: Berlin-printed postcard with three verses of a popular folksong
"Gey ikh mir shpatsirn" ('I go walking')
4)----------------------------------------------------------------------
Date:
From: ed.
Subject: Vi azoy hob ikh gevunen oyf
der loterey? fun B. Yeushzon. [First installment, Yiddish text]
װי אַזױ איך
האָב געװוּנען אױף דער לאָטערײ?
פֿון
ב. יאושזאָן
(דערצײלט פֿונעם זעלבן ייִד, װאָס האָט געװוּנען)
– 1 –
– יאָ, אַנטקעגן דעם, װאָס איר רײַסט אײַן װעלטן און
איך זע אײַך די גאַנצע װאָך אַרומלױפֿן צוקאָכט
[צעקאָכט], פֿאַריאַכמערט און האַלט אין אײן "נאָכקוקן" אין די
טאַבעלעס, און װוּ איר דערזעט בײַ װעמען
אין האַנט אַן "אַכטעלע" אָדער אַ "פֿערטעלע", װילט זיך אײַך
װערן אַ שותּף. אײַנגע׳עקשנט זיך׃ געװינען! און דַװקאַ דאָס גרױסע געװינס, און –
דװקא אַלײן טרעפֿן אין קעשענע, און דװקא, און דװקא ...
– כ׳על זיך נישט
שפּאַרן מיט אײַך. אַוודאי איז געװינען נישט שלעכט. װעמען גאָט העלפֿט, אױ, אױ,
אױ. װי זאָגט איר, אַ מזומנער גראָשן און אַ לײַכטע קינפּעט
[קימפּעט]. װי אַהינצוטאָן איז אַװדאי פֿאַראַן, בפֿרט נאָך איצט, בעװנותינו-
הרבים, װען פּרנסה איז קריעת ים-סוף און אַלע קװעלן פֿון חיונה האָבן זיך
אױסגעשעפּט. נאָר װאָס דען?
– ס׳איז פֿאַראַן,
פֿאַרשטײט איר מיך, אַ חילוק, װער ס׳געװינט און אין װעמעס קעשענע ס׳גײט אַרײַן.
אױב אַ גבֿיר – איז מה טובֿ! ראשית, איז ער פֿאַרהיטן פֿון "ולא יחרץ
כּלבֿ", קײן הונט בילן נישט און קײן בײזע אױגן קריכן אים נישט אַרײַן אין די
לעבער. אַ גבֿיר, פֿאַרשטײט איר מיך, װי באַלד ער געװינט, װישט ער זיך אָפּ ס׳מױל,
אױסער ס׳װײַב און קינדער, און אַ מאָל זײ טאַקע אױך נישט, פּיפּסעט נישט קײן
פֿױגל! אָן איבעריקע התלהבֿות, און אָן ברען נעמט ער זיך די "מאַטניאַ"
און טראָגט זיך עס אַװעק אין דער באַנק און – שאַ, דער אײגענער בשר-ודם װאָס נעכטן
און אײערנעכטן.
– און אַז מ׳װערט,
מײנט איר, אַפֿילו געװאָר אין גאַס, איז װאָס? נאָך װעמען פֿרעגט ער, װער האָט
גאָר אַ העזה ס׳מױל צו עפֿענען? לכל האופֿן טוט מען דערױף אַ מאַך מיט דער האַנט׃
בעֶ ... ר׳האָט עס נױטיק געדאַרפֿט... געלט גײט צו געלט , וכּדומה.
– זאָל אָבער אַ קבצן
געװינען! כ׳בין אײַך אסור נישט קײן שׂונה,
און װי אַן אמתער גוטער פֿרײַנד װינטש איך אײַך, איר הערט? כ׳װינטש אײַך, דאָס איר זאָלט, חלילה, גאָרנישט
געפּרוּװט װערן דערמיט! ...
– העֶ? איר שטעלט אױף
מיר די אױגן אױס? איר בלאָזט זיך? װעל איך אײַך דערצײלן אַ משל, און נישט קײן משל,
נאָר אַ מעשה שהיה, װאָס ס׳האָט פּאַסירט בײַם "אַלטן" זכרונו לבֿרכה,
און געטראָפֿן האָט עס מיט הענעך שעדלעצער.
– איר האָט געקענט
הענעך שעדלעצער? אַ װױלער ייִד געװען, און אַן אָפּגעהיטענער ייִד, און אַ חסיד –
טאַקע דער אמתער חסיד מיטן אמתן קנאַק. כּדבעי! מער בײַם רבין װי אין דער הײם,
פֿון ר"ח אלול ביז חנוכּה, אַמאָליקע חסידים... נאָר װאָס דען? אַ חשׂוך בנים ר"ל. נישט געהאַט , לא
עלינו, קײן קינדער. מילא, איז װאָס דער ייִד האָט אױסגעאַרבעט, איז אין לשער. נישט
אָבגעטרעטען
[אָפּגעטראָטן] פֿון רבינס שטול, נישט פֿאַרפֿעלט קײן ״שיריים״ און קײן
"לחיים". בקיצור, נישט אַװעקגעלאָזט דעם מינדסטן שעת-הכּושר, װאָס ס׳איז
נאָר עפּעס מסוגל אױף צו "פּועלן", און תּמיד ס׳אײגענע און ס׳אײגענע: "רבי, אַ בן-זכר",
"רבי, זרע של קיימא", רבי און רבי... און אַזױ אָן אַן אױפֿהער, אַזוי
װײַט, אַז פּשוט בגװאַלד, איר פֿאַרשטײט? געװאָלט טאַקע ממש בגװאַלד אַרױסקריגן
פֿון רבין אַ קינד!
– גאָרנישט,
אײַנגע׳עקשנט זיך, און גײט טוט אים עפּעס, ער װיל פֿון דער שטול נישט אָפּטרעטן...
– איז פּעם אחת,
כ׳געדענק עס װי איצטער, פֿאַר תּקיעת שופֿר איז עס געװען. ער, זכרונו לבֿרכה, שטײט
בײַם ארון-קודש, די גאַרטל אַרומגעשטעקט מיט שופֿרות כּדרכּו. אינעם גאַנצן
בית-המדרש איז דער אָטעם אײַנגעהאַלטן. הענט און פֿיס ציטערן. פּחדים!... און
פּלוצעם – הענעך שאַרט זיך צװישן עולם, שטופּט זיך בכּוח דורך צװישן ענגשאַפֿט,
און אָט שטײט ער שױן נאָענט, ממש בײַם רבינס גאַרטל, בױגט אַרײַן דעם קאָפּ און
שעפּטשעט זיך ס׳זײַניקע ...
– דרײט ער זיך,
זכרונו לבֿרכה, אױס צו אים און טוט אים אַ פֿרעג בקול רם׃
– דװקא?
– טוט הענעך אַ
צאַפּל, טרײסלט זיך פֿון שרעק און ממש ער קען דאָס מױל נישט עפֿענען.
– דערלאַנגט אים,
זכרונו לבֿרכה, נאָך אַ העכערן פֿרעג׃
– דװקא?
– קומט שױן הענעך שױן
אַ ביסל צו זיך און שטאַמלט:
– דװקא...
– נו! – מאַכט זכרונו לבֿרכה און דרײט זיך צוריק אױס צום
אַרון-הקודש.
– און אַז "נו!", פֿאַרשטײט איר דאָך.
גענומען דעם רבין אױף ס׳כּוח!... און טאַקע אינעם זעלבן יאָר׃ מזל-טובֿ! און דװקא
אַ בן-זכר!... װאָס בײַ ר׳ הענעכן אין הױז האָט זיך אָפּגעטאָן, דאַרף איך דאָך
אײַך נישט דערצײלן. דער קראָנפּרינץ, אַז ער איז געבױרן געװאָרן, איז אַװדאי די שׂמחה
נישט גרעסער געװען... אַ טאָג פֿאַרן ברית איז ר`הענעך אַראָפּגעקומען אין אַ
קאַרעטע, אַ געדונגענע קאַרעטע אין דרײַ פֿערד געשפּאַנט, צום רבין, פֿאַרבעטן אים
אױף סנדקאות.
האָט ער, זכרונו לבֿרכה, געשמײכלט
און מיט דער זעלבער שאלה:
– דװקא?...
לאַכט שױן ר`הענעך אַלײן אױך, פֿון
שׂמחה לאַכט ער און ענטפֿערט דרײסט׃
– דװקא!...
– "נו!" – מאַכט זכרונו לבֿרכה, ממש
באותו לשון װי בײַ תּקיעת-שופֿר, און פֿאָרט אױפֿן ברית.
װאָס דער סוף איז געװען, פֿרעגט איר? השם ישמרנו! השם
ישמרנו! דרײַ יאָר האָט זיך דאָס ילד אָפּגעמוטשעט אױף דער זינדיקער װעלט. השם
ישמרנו! אַ װילד פֿערזעהעניש [פֿאַרזעעניש], אַ צודרעהטס [צעדרײץ], אַ צוקריפּעלטס
[צעקריפּלץ], אָן אַן אבֿר אַ גלײַכס. רעצעפּצן און שמירעכצער און סגולות מיט
קמיעות און פֿעלדשערס און דאָקטוירים – יעדן טאָג עפּעס אַנדערש! גרין און געל
זענען זײ געװאָרן בײַ דעם קינד, בדיל הדל, דעם מאַרך פֿון די בײנער האָט עס זײ
אױסגענאָגט. און װאָס זאָל איך אײַך לאַנג מאריך זײַן, ס׳איז געקומען אַזױ װײַט,
דאָס ר׳ הענעך אַלײן, פֿאַרשטײט איר מיך, האָט געכאַפּט אײן מאָל באַנאַכט דעם
טלית ותּפֿילין, אַראײַנגעזעצט זיך אין בױד און גלײַך אַהין צו אים, זכרונו
לברבֿה.
– רבי! האָט ער אױסגעבראָכן אין אַ יללה,
עפֿענענדיק די טיר.
– כ׳האָב שױן מער קײן כּוח נישט! נעמט עס צו פֿון
מיר!...
מעסט אים, זכרונו לבֿרכה, אָפּ מיט אַ קוק פֿון אױבן ביז
אַראָפּ און טוט אים אַ פֿרעג, טאַקע ממש מיטן זעלבן לשון, װי דעמאָלט בײַ
תּקיעת-שופֿר און דערנאָך בעתן סנדקאות:
– דװקא ?...
– יאָ, רבי, דווקא! –
שרײַט אױס הענעך מיט געװײן –
– דװקא!... זעט װאָס
ס׳איז געװאָרן פֿון מיר אין דער צײַט! כ׳קען שױן מער ניט איבערטראָגן! נײן, מער קאָן
איך נישט!... נעמט עס, רבי, צו פֿון מיר!...
וכּך היה, דאָס דאַרף מען דאָך שױן
אײַך נישט דערצײלן. בו ביום האָט דאָס קינד צוגעמאַכט די אױגן, און – פּטור...
עד כּאן איז די מעשה, איזן איז עס, פֿאַרשטײט איר מיך, אַ
מעשה שהיה, נאָר אױב איר װילט קען עס אױך נוצן פֿאַר אַ משל, אַנטקעגן דעם, װאָס
אַ ייִד אַ קבצן שפּאַרט זיך אַ מאָל אײַן בײַם רבונו של עולם׃ געלט! און דװקא צו
טױזנטער האָט ער חשק, און עצות גיט ער דעם רבונו של עולם, װי אַזױ ער זאָל אים
העלפֿן און דורך װאַנען ער זאָל די ישועה שיקן, דאָס די לײַכסטע זאַך, גיט ער אים
צו פֿאַרשטײן, איז אַ צעטל, אַ לאָטערײ צעטל, מחמת צו אַ צעטל – אַזױ טענהט זיך
אַזאַ שטײגער ייִד אױס – װעט דער רבונו של עולם גאָרנישט דאַרפֿן צולעגן [צולײגן]. סײַ װי סײַ מוז דאָך עמיצער געװינען.
טאָ װאָס אַרט אים – אַז ער?...
און אַזױ טאָג נאָך טאָג, טאָג
נאָך טאָג, ביז ער נעמט דעם רבונו של עולם אױף ס'כּוח!...
מאי עבֿיד קודשא בריך הוא? – אױך
די אײגענע מעשה׃ אױב דו װילסט דװקא – נא דיר!
און טאַקע בדִידִי הֲוָא עובֿדָא
נאָר לאָמיך אײַך דערצײלן כּסדר.
– 2 –
זינט דאָס
"אומגליק" האָט מיך געטראָפֿן, װעט שױן זײַן אַ קײמאַ-לן פֿון אַ
יאָר פֿיניף אָדער זעקס, און אפֿשר, העֶ? – און אפֿשר גאָר װינציקער, שװער
אַקוראַט צו געדענקען, עפּעס דאַכט זיך מיר, װי ס'װאָלט אַ חלום דורכגעפֿלױגן, און
אױב איר װילט, בין איך טאַקע געקומען דערצו אױך דורך אַ חלום.
און װײַטער אַ מעשה שהיה׃
מיר זענען געזעסן אַ מאָל אין "שטיבל" און
געשמועסט. װעגן װאָס שמועסן ייִדן בײַ מנחה-למעריב? פֿאַרשטײט זיך, אָדער מכּוח
פּאָליטיק, אָדער װעגן ניסים ונפֿלאות. װעגן גאָלדענע גליקן, װעגן דעם און יענעם
װי אַזױ גאָט האָט זײ פּלוצעם געהאָלפֿן, אַרױפֿגעשלעפּט זײ אין דער הױך און
שפּילן איצט די ערשטע גבֿירישע ראָלע וכּדומה.
קומט צו רײד װעגן חנא מעל-סוחר ע"ה. ער איז שױן לאַנג
אױפֿן עולם האמת. װער האָט נישט געקענט חנאן? דער ערשטן אױפֿן מזרח! אן
אָנגעבוצעװעטער עושר און אַ ברײט הױז – װער צו גאָט האָפֿט! פֿון װאַנען איז חנא
געקומען צו דעם עשירות? אָט װעגן דעם טאַקע דערצײלט די אגדה.
פּעם אחת, פֿאַר די פֿינפֿטע קלאַס איז עס געװען, האָט זיך
אים געחלומט װי עמעצער שטײט פֿאַר אים מיט אַ צעטל אין האַנט און מיטן פֿינגער
װײַזט ער אים אױפֿן נומער פֿון צעטל און זאָגט׃ "זע חנא, דער דאָזיקער נומער
װעט געװינען דאָס גרױסע געװינס... ויקץ חנא, האָט זיך חנא אױפֿגעכאַפּט און ליגט
אין בעט מיט אָפֿענע אױגן. אַרום איז שטאָק פֿינסטער, נאָר דער נומער לײַכט נאָך
פֿאַר אים. ער זעט בולט און קלאָר די ציפֿערן, כאָטש מיט דער האַנט אָנצונעמען...
שפּרינגט ער געשװינד אַראָפּ פֿון געלעגער, דערטאַפּט ערגעץ אין דער פֿינסטער אַ
שטיקל קרײַד, שרײַבט-אױף אױף דער שאַנק דעם נומער און לעגט זיך צוריק שלאָפֿן.
װען ער איז אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי, האָט ער דעם נומער
פֿאַרצײכנט בײַ זיך אין ביכל, גלײַך אַװעק אין גאַס, אַרומגעלאָפֿן פֿון אײן
קאָלעקטאָר צום צװײטן, ביז ער האָט דעם נומער געפּאַקט.
אױף צו מאָרגנס האָט מען געצױגן. און – כּך היה! געטראָפֿן
דאָס גרױסע געװינס!...
מעגלעך, אַז אַ שטיק האָט אױף מיר געװירקט דער דאָזיקער
חלום, און נאָך אַנדערע אַזעלכע ענלעכע חלומות און מעשיות. און איך האָב מיך
גענומען און אַרײַנגעלאָזט מיט אַלע רעיונות אין דאָזיקן מסחר, דער מסחר מיט
צעטלען. אַז אָך און װײ, װאָסער מסחר דאָס איז! די פֿאַרדינסטן דערבײַ, מישטײנס
געזאָגט, און דאָס אָנלױפֿעניש און דאָס פֿיס-ברעכעניש. אײדער מ׳רעדט-אײַן אַ
באַקאַנטן און ביז מ׳פּועלט בײַ אים, ער זאָל צונעמען בײַ אײַך דאָס צעטעלע, און
דאָס טאָרט איר אױך בעת מעשה נאָר קײן געלט נישט דערמאָנען, װאָרום אױב יאָ –
װאַרפֿט ער אײַך גלײַך דעם גט פֿאַר דער נאָז און אַנטלױפֿט ברוגז... איר פֿאַרשטײט?
אײַנשטעלן זיך און מאָנען געלט פֿאַר דער סחורה, מעגט איר ערשט העט-העט בײַ דער
פֿינפֿטער קלאַס, און דאָס אױך דאַרפֿט איר װיסן, װי אַזוי צו רײדן און אָפּפּאַסן
פֿריער, צו איז יענער אױפֿגעלעגט און צי ער איז אין אַ גוטער מינוט, און איר
דאַרפֿט, פֿאַרשטײט איר מיך, קענען די קונץ פֿון אונטערחנפֿענען און חנדעלעך מאַכן
און יעדע צװײ װערטער מיט אַ שמײכעלע און מיט אַ געלעכטערל׃ כי-כי-כי און כע-כע-כע
און "געזונט זאָלט איר מיר זײַן" און אָנװינשן און אָנבעטן מיט אַ
בענטשעניש ביז אין הימל אַרײַן. און ביז מען דערלעבט שױן ענדלעך צו זען די פּאָר
גילדנס – און דאָס אױך נישט מיט אַ מאָל, נאָר אין ראַטן
[ראטעס] – קען אײַך פֿריער נײַנציק מאָל די נשמה אַרױס. ס׳איז דאָך עפּעס פֿאָרט
נישט מער װי אַ צעטל, אַ "נייר על פּי צלוחית", הײסט עס!...
אײַ מיך קאָסט דאָך עס געלט, גוטע געלט מיטבֿ כּספּי! אײַ
בײַ דער פֿינפֿטער קלאַס, מוז איך די קישנס פֿאַרזעצן און די "לאָזן"
אױסלײזן, און מען װיל מיר אַ גילדן נישט צובאָרגן! אײַ ס'האָט אַ פֿיל גרעסערער
חשיבות װי לאָדזער סחורה און מען מוז דערבײַ קאַסע ממש צאָלן. אײַ דער שכל איז
דאָך מחייבֿ, אַז װי באַלד דו האָסט חשק צו מאַכן אַזעלכע גליקלעכע עסקים און
באַקומען דערנאָך פֿאַר אײן רובל – צען
טױוזנט, און אפֿשר גאָר מער, דאַרפֿסט דו דאָך קומען צו מיר און נישט איך צו דיר!
– װאָס העלפֿט אָבער די טענַות אַהין אײַ אַהער, אַז אַזױ איז שױן פֿאָרט דער מנהג
העולם. דער קאָלעקטאָר מוז זיך פֿאַרשװאַרצן דאָס פּנים און מוז שטײן כּעני בפּתח.
און אַז מען באַצאָלט אים די פּאָר גילדען פֿאַרן צעטעלע, גיט מען עס אים מיט
אַזאַ מינע, װי מ'װאָלט אים אַ נדבֿה שענקען...
בקיצור, געמוטשעט און געפּלאָגט זיך, מבֿזה געמאַכט און די
שװעלן אָפּגעהאַקט. בײַ אַלעמען בלײַבט פֿון די פֿאַרדינסטן קדחת מיט בױכװײטיק,
מישטײנס געזאָגט דעם גרױסן ריװח װאָס מע האָט פֿון אַ גאַנץ "לאָז" און
דערצו איז דער "לאָז" אײַנגעטײלט אין "פֿירטלען" און אין
"אַכטלען", וחוץ לזה איז מען אַלײן אױך אַ לעבעדיקער מענטש מיט אַ
לעבעדיקן יצר-הרע, און בײַ יעדע קלאַס װילט זיך איבערלאָזן עפּעס "אין
קעשענע", אולי, טאָמער... און אַזױ אַרום פֿאַרשטײט איר מיך, גײט די חלה
אַרײַן אין דער המוציא.
אַװדאי טרעפֿט נישט אײן מאָל, דאָס נאָך אַ פֿינפֿטער
קלאַס, װען אַזאַ שטײגער ייִדל, װי איך, אַ קלײן קאָלעקטאָרל (פֿון די גרױסע רעדט
מען נישט!), זעצט זיך אַװעק מאַכן אַ חשבון-הנפֿש און אַ קוק טאָן װאָס ער האָט אױפֿגעטאָן אױף דער װעלט
במשך פֿון אַ האַלבן יאָר, װי גרױס ס'איז דער אומזאַץ װאָס ער האָט געמאַכט און װי
פֿיל איז אים געבליבן רײנעם רװח און וכּדומה, װערט אים דאַן פֿינסטער אין די אױגן
און ס'גלוסט זיך אים דאַן פֿון גרױס אױפֿרעגונג צו טאָן אַ שפּײַ אױף זיך און אױף דער גאַנצער װעלט,
און ער גיט זיך דאַן בײדע הענט און שװערט זיך אָן מיט כּל השבֿועות, דאָס מער זאָל
ער אין די אױגן נישט אָנקוקן דאָס דאָזיקע מסחר. ימח שמה וזכרה ...
האָט דאָך שױן אָבער די גמרא הקדושה אונדז לאַנג דערצײלט,
דאָס יעדע קימפּעטאָרין, בעת חבֿלי-לידה, טוט אַ נדר און שװערט, דאָס מער זאָל זי
שױן דאָס נאַרישקײט נישט טאָן און מער װעט זי שױן, פֿאַר כּל הון דעלמא נישט װעלן "געװינען",
און פֿון דעסט װעגן, אַז מע גײט פֿאָריבער אַ שטיקל צײַט, פֿאַרגעסט זי זיך, אָדער
לאָזט זיך מתיר נדר זײַן, און באַקומט װײַטער חשק צו ,געװינען..."
והוא הדין מיטן קאָלעקטאָר. אַז ס'הױבט
[ס'הײבט] זיך אָן אַ נײַע קלאַס און עס װײַזן זיך פֿרישע צעטלען אין גאַס,
צעפֿלאַקערט זיך װידער אין אים דער יצר-הרע, װאָס רעדט אים אײַן גילדענע בערג און
מאָלט אים די שענסטע פֿאַנטאַזיעס, און ס'װילט זיך אים װידער געװינען...!
בקיצור, מיר קערן זיך אום צו אונדזער געשיכטע.
ויהי היום, אינעם טאָג פֿון מתּן-תּורה איז עס געװען, שבֿועות
הײסט עס, און כּידוע איז תּמיד אום חנוכּה און אום שבֿועות חל די ציִונג פֿון דער
פֿינפֿטער קלאַס.
אין אַ מצבֿ בין איך דעמאָלט געװען – נישט הײַנט געדאַכט! אַ קבצן, אמת, בין איך
געװען כל ימי, דעמאָלט אָבער בין איך שױן געװען באו מים עד נפֿש, אַלע חפֿצים פֿון
שטוב װאָס האָבן נאָר געהאַט אַ שטיקל װערט, זענען שױן געװען לאַנג אױספֿאַרקױפֿט.
ס'איז געװען דעמאָלט די צײַט פֿון מהומות און "סטרײַקן", און געװױנט
האָָב איך אין די סאַמע געפֿערלעכסטע אַרבעטער-גאַסן, צװישן רעכטן
"פּעבל". װאָכן לאַנג קײן פּרוטה נישט פֿאַרדינט און אױף אַלעס איז אַ
געװאַלדיקער יקרות. אױף יום-טובֿ, אױף דעם ליבן פֿרײלעכן יום-טובֿ שבֿועות, האָט
מען דאַן בײַ מיר אָנגעגרײט ברױט מיט הערינג.
מילא, גם זו לטובֿה. און אַז מיט ברױט מיט הערינג איז װאָס?
אַ ייִד דאַרף צו אַלעס געװױנט װערן. יעדן מלך, דערצײלט מען, װערט בײַ איטלעכער
סעודה, װאָס באַשטײט פֿון די טײַערסטע מדעני-מלכים, אױך אַרײַנדערלאַנגט אַ שטיקל
שװאַרץ ברױט מיט זאַלץ צום עסן, בכדי טאָמער װאָס, חלילה, ס'מאַכט זיך, אַ מלחמה,
זאָל ער זײַן צוגעװױנט אױך צו אַזאַ מאכל...
בקיצור, זיץ איך מיר דעם ערשטן טאָג שבֿועות בײַ דער סעודה
און בין מעײן אין אַ פּרוש אױף "אַקדמות". פּלוצים —
עפֿנט זיך די טיר.
[At
this dramatic point close to the end of the second part of this 4-part story, I
have chosen to conclude the first installment of a story too long for a single
issue of TMR.]
——————————————————–
ב. יאושזאָן, װי אַזױ האָב איך געװוּנען אױף דער לאַָטערײ?
װאַרשע׃ פֿאַרלאַג א. גיטלין, 1912.
-----------------------------------------------------------------------------
End of The Mendele Review Vol. 10.009
Editor, Leonard Prager
Subscribers to Mendele (see below)
automatically receive The Mendele Review.
Send "to subscribe" or change-of-status
messages to: listproc@lists.yale.edu
a. For a temporary stop: set mendele mail postpone
b. To resume delivery: set mendele
mail ack
c. To subscribe: sub mendele
first_name last_name
d. To unsubscribe kholile: unsub
mendele
****Getting back issues****
The Mendele Review archives can be reached at: http://yiddish.haifa.ac.il/tmr/tmr.htm
Yiddish Theatre Forum archives
can be reached at: http://yiddish.haifa.ac.il/tmr/ytf/ytf.htm
Mendele on the web: http://shakti.trincoll.edu/~mendele/index.utf-8.htm
***