לייב ראַשקין

 

ד י   מ ע נ ט ש ן   פֿ ו ן   ג אָ ד ל ב אָ ז ש י ץ   

 

ק אַ פּֿ י ט ל     1

 

ייִ ח ו ס

 

 

דער זײדע איז געװען אַ דאָרפֿס-ײד בן דאָרפֿס-ײד.  זײַן מלבוש כּל-ימו, סײַ זומער, סײַ װינטער – אַ װאַטאָװע קאַפּֿאָטע, באַשלאָגן מיט אַ שטאַרק צײַג, נישט צום צערײַסן.  געריבן האָבן זיך געװײנטלעך בלױז די עלנבױגנס. די באָבע, אַ ציכטיקע, פֿלעגט נישט קאָנען צוזען װי די ברודיקע װאַטע קריכט אַרױס פֿון די לעכער – „בעסער אַ מיאוסע לאַטע אײדער אַ שײן לאָך“ – פֿלעגט זי אױסשערן אַ לאַטע פֿון אירס אַן אַלטן שֿפּאַנצער, אײַנפֿעדעמען אַ גראָבע נאָדל-פֿאָדים – און דעם זיידנס מלבוש האָט װידער אָנגעהױבן פֿירן אַ נײַ לעבן.

פֿונדעסטװעגן האָט דער זײדע איבערגעלאָזט אַ נישקשהדיקע ירושה. אַחוץ געלאַטעטע שפּאַנצערס און קאַפּֿאָטעס, זענען געבליבן: צװײ מילן, אַ פֿײַן חלק פֿעלד, אַ ביסל מטלטלים, בהמות, פֿערד, און חוץ דעם – אַ היפּֿש ביסל חובות בײַ שײנע שטעטלדיקע ײִדן, גראָבע טױזנטער, און דאָס אַלץ – גמילת-חסדים, װײַל אױף פּראָצענט האָט דער זײדע נישט געגעבן.

דער זײדע פֿלעגט פֿאַרצײלן, אַז דאָס אַלץ האָט ער אױסגעאַרבעט מיט זײַנע אײגענע הענט, אַז פֿון זײַן טאַטן, פֿון עלטערזײדן, הײסט עס, האָט ער גאָרנישט געירשנט. אדרבה, דער עלטערזײדע, װעלכער איז געװען אַ פּֿאַכטער בײַם אַלטן פּריץ, איז געװען אַזאַ אָרימאַן, אַז ער האָט קײן מאָל נישט געהאַט צו באַצאָלן די ראַטע פֿאַר דער אַרענדע.  װען דער פּריץ איז געװען אין כּעס, פֿלעגט ער הײסן דעם קאָזאַק שמײַסן, און װען ער האָט געהאַט אַ גוטע מינוט, דער פּריץ, פֿלעגט דער זײדע זינגען מה-יפֿית.  אַרױסגעװאַרפֿן זײַן ײִדל פֿון קרעטשמע – האָט דער פּריץ קײן מאָל נישט.

און כאָטש דער זײדע איז געװען אַ ײִד אַ פּֿשוטער, און ליגנט איז געװען װײַט פֿון אים, איז אָבער דאָך אַ סבֿרה, אַז דעם זײדנס אַרױפֿאַרבעטן זיך ציט זײַן אָנהײב פֿון עלטערזײדנס מה-יפֿית. ער, דער זײדע, האָט טאַקע אײן מאָל פֿאַרצײלט, אַז דער פּֿלאַץ, אױף װעלכן ס'שטײט דאָס געמױערטע הױז בײַ דער מיל, האָט דער עלטערזײדע באַקומען געשענקט פֿון פּריץ, צוזאַמען מיט דער אַלטער הילצערנער הײַזקע.

און געשען איז דאָס אױף אַזאַ אופֿן:

אײן מאָל קומט צוריק דער פּריץ צוזאַמען מיט זײַנע געסט פֿון יאַגד. דער עולם איז גוט אױפֿגעלײגט: זײ האָבן געשאָסן אַ מחנה פֿײגל, האָזן און אַנדערע חיות. מען עסט, מען טרינקט. און ס'איז געװען –כּטוב לב הפּריץ בייִן, זאָגט ער צום קאָזאַק, זײַן דינער: „די אותו רגע זאָלסטו מיר אַהערברענגען מײַן ײִדל ירוחם!“ – אַזױ האָט דער עלטערזײדע געהײסן. – דער עלטערזײדע קומט אַרײַן, אַן אײַנגעבױגענער אין דרײַען און אַ ציטערנדיקער, זאָגט צו אים דער פּריץ: – ירוחמקע, ירוחם! אַז דו װעסט מיר טאַנצן מה-יפֿית אָט דאָ אױפֿן טיש, אין בלױזן העמד, שענק איך דיר אַװעק, אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל, דײַן קרעטשמע צוזאַמען מיטן פּֿלאַץ, אױף װעלכן זי שטײט...

און ער האָט זיך צעלאַכט, דער פּריץ – שױן אַ פּֿנים געװען גוט שיכּור – און די אײדעלע דאַמען האָבן מיטגעלאַכט.

נו, װאָס מײנט איר, װאָס?  דער זײדע ירוחם קלערט נישט לאַנג, װאַרפֿט פֿון זיך אַראָפּ דעם שפּֿאַנצער – עפּֿעס אַ קלײניקײט צו האָבן אַ קרעטשמע אײגנס און נישט דאַרפֿן מער װערן אױסגעריסן מיט דאגות װעגן צינדזן! – און װען דער עלטערזײדע ירוחם איז געקומען צום טלית-קטן מיט די שװאַרצע פּֿאַסן און אָנגעהױבן װאַרפֿן מיט די לאַנגע ציצות, האָט זיך אײנע פֿון די אָנװעזנדיקע אײדעלע דאַמען דערשראָקן, װי פֿאַר כּישוף, פֿון גרױס שרעק אַרױסגעלאָזט אַ קװיטש און געפֿאַלן אין חלשות.

די געסט, אַלץ גרױסע פּריצים, האָבן זיך פּלוצלינג אױסגעניכטערט און ברוגז געװאָרן אױפֿן באַלעבאָס פֿאַר דער שרעק פֿון דער אײדעלער דאַמע, געװען באַלײדיקט. דער פּריץ האָט זײ קױם מיט גרױס מי איבערגעבעטן פֿאַר דעם שמוציקן ײִד, און דעם גאַנצן צאָרן אױסגעגאָסן אױפֿן עלטערזײדן – געהײסן אים געבן צװאָנציק שמיץ...

אָבער װאָרט האָט דער פּריץ געהאַלטן: די צוגעזאָגטע מתּנה, די קרעטשמע, האָט ער דעם עלטערזײדן געגעבן... אַ שיבוש! אַ קלײניקײט אַמאָליקע פּריצים!...

טײל זאָגן, אַז דעם זײדנס עשירות האָט זיך אָנגעהױבן פֿון אַן אוצר: אַ טאָפּֿ גאָלדענע רענדלעך, װעלכן דער זײדע האָט אױסגעגראָבן אױפֿן געשענקטן פֿעלד פֿון פּריץ; און געלאָזט האָט דער אוצר װערן באַגראָבן דורכן פּריצס עלטער-עלטער-זײדעס אין די צײַטן פֿון גרױסע מלחמות. ערגעץ-װוּ האָבן זיך אױך געזאָלט געפֿינען סימנים,װי אַזױ דעם אוצר צו געפֿינען. עפּֿעס גענױ האָט מען אָבער פֿון זײדן קײן מאָל נישט געקאָנט געװױר װערן. אױף אַלע שפּֿיצלעך אים אַרױפֿצופֿירן אױף דער מעשה מיטן אוצר, האָט דער זײדע געענטפֿערט מיט אַ געהײמנישפֿול שװײַגן. ער האָט נאָר בלױז דערצײלט, אַז אױף זײַנע װעגן האָבן זיך אים אָפֿט געטראָפֿן פֿאַרשידענע מציאות. אַזױ האָט ער אײן מאָל געפֿונען אַ גרױסן װאַנטוך תּבֿואה, װעלכן ער האָט קױם געקאָנט אַרױפֿלײגן אױפֿן װאָגן; אַן אַנדערש מאָל האָט ער געפֿונען אַ האַק בײַ אַ בױם אין מיטן װאַלד; װידער אַן אַנדערש מאָל – אַ פֿורמאַנישן עמער אין מיטן װעג; און אײן מאָל האָט זיך אפֿילו געטראָפֿן אַ מעשה, פֿון װעלכער דער זײדע איז נאָר על פּֿי נס ניצול געװאָרן מיטן לעבן.

דער זײדע פֿלעגט זיך שטענדיק באַמיען אַהײמצוקומען פֿון שטאָט נאָך בײַ טאָג. אײן מאָל אָבער איז אים אױסגעקומען צו בלײַבן אין שטאָט אַ ביסל לענגער װי געװײנטלעך, און װען ער איז געקומען אין װאַלד אַרײַן, איז שױן געװען שטאָק פֿינסטער. פֿאָרט אַזױ דער זײדע אין אײן שרעק, װײַל גזלנים פֿלעגן גראַסעװען אין אָט דעם װאַלד. פֿאָרט ער אַזױ און פֿאָרט. פּֿלוצלינג – סטאָפּֿ! דאָס פֿערד האָט זיך אָפּֿגעשטעלט. שרײַט דער זײדע װיאָ!  גיט אַ שמיץ, אָבער דאָס פֿערד שטײט. קריכט דער זײדע אַראָפּ פֿון דער פֿור, אַ קוק-טון, װאָס עס איז געשען.  פֿינסטער איז, טאַפּֿט ער, טאַפּֿט – אַ קלאָץ, אַ בױם אין מיטן װעג. דער זײדע איז געװען אַ ײִד אַ גברן, טראַכט ער נישט לאַנג, נאָר הײבט אױף דאָס קלאָץ, כּדי עס אַװעקצורוקן פֿון װעג.  ערשט דאָס קלאָץ לאָזט אַרױס אַ קול: „מעע!... מעע!...“  דערשרעקט זיך אַ ביסל דער זײדע, אָבער באַלד כאַפּֿט ער זיך, אַז דאָס איז גאָרנישט קײן קלאָץ, נאָר... אַ קאַלב, אַ ריזיק קאַלב.  טראַכט זיך דער זײדע: אַ כּשרה מציאה, און פּרוּװט אַרױפֿלײגן דאָס קאַלב אױף דער פֿור.  ערשט – ס'גײט נישט: דאָס קאַלב איז שװערער פֿון אַ קלאָץ...

קױם מיט צרות, מיט מאַטערניש און מיט פֿאַרשידענע פּֿױערישע פֿאָרטלען האָט דער זײדע דאָס שװערע קאַלב אַרױפֿגעקריגן אױף דער פֿור. ער האָט אונטערגעשטעלט דעם „פּֿאָשליאַדעק“, אונטערגעשפּֿאַרט מיט אַ דראָנג און אַזױ אַרום עס אַרױפֿבאַקומען – צו דעם אַלעם האָט ער זיך גוט דערשװיצט.  איצט פֿאָרט ער װײַטער, יאָגט אונטער דאָס פֿערד, און װען ער קומט שױן צום עק װאַלד, דערשפּֿירט ער פּֿלוצלינג, אַז דער װאָגן איז אים גרינג געװאָרן.  ער קוקט זיך אום – דאָס קאַלב איז נישטאָ.  קריכט דער זײדע אַראָפּ פֿון װאָגן, אַ זוך טון אַ ביסל צוריק, פֿאָרט אַ שאָד אַזאַ טײַערע מציאה!  אפֿשר איז עס נישט װײַט אַראָפּגעפֿאַלן... ערשט – ער דערהערט, דער זײדע, אַ... „כאַ!  כאַ!  כאַ!...“ און „כאַ!  כאַ!  כאַ!...“ און  „כאַ!  כאַ!  כאַ!  כאַ!...“ – אַ געלעכטער, אַ מענטשלעך געלעכטער, אַז דער גאַנצער װאַלד קלינגט.  הײבט דער זײדע אױף די אױגן, דערזעט ער: – אין מיטן װעג שטײט אַ לץ מיט אַן אַרױסגעשטרעקטער צונג ביזן גאַרטל און כיכיקעט... נישט טױט, נישט לעבעדיק איז דעמאָלט קױם דער זײדע אַהײמגעקומען.

און אַז מען האָט געפֿרעגט דעם זײדן, שױן אױף זײַנע עלטערע יאָרן: „זײדע, זאָג װי אַזױ זעט אױס אַ לץ?“

האָט דער זײדע געענטפֿערט אױסמײַדנדיק:

– הײַנט צו טאָג זענען שױן מער נישט שכיח קײן לצים, „גוטע ײדן“ האָבן זײ פֿאַריאָגט אין די װיסטע מדבריות... די הײַנטיקע שרעקיקע מענטשן װאָלטן דאָס כּלל נישט אױסגעהאַלטן.

——————————

זיכער איז אײנס: דער זײדע האָט שױן נישט באַדאַרפֿט אָנקומען צום פּריצס חסד.  דער יונגער שררה װידער, דעם אַלטן פּֿריצס זון, איז שטענדיק געװען אין די אױסלאַנדס, און דאָרטן אין די טעאַטערס געהערט מסתּמא שענערע זמירות, װי דעם עלטערזײדנס מה-יפֿית. ער, דער יונגער פּריץ, האָט ביסלעכװײַז צעטרענצלט דעם גאַנצן געירשנטן מאַיאָנטעק.  אַ ביסל האָט ער פֿאַרקױפֿט, אַ ביסל פּֿאַרצעלירט, און אַ ביסל האָבן די פּֿױערים גלאַט צעריסן; און דער זײדע איז אױך נישט געשטאַנען פֿון דער װײַטנס מיט פֿאַרלײגטע הענט: די צװײ מילן האָט ער אָפּֿגעקױפֿט בחצי-חינם, און אַחוץ דעם – פֿעלדער מיט װעלדער...

עס האָט שױן געהאַלטן דערבײַ, אַז דער זײדע אַלײן זאָל װערן אַ גרױסער גוטבאַזיצער, אַ גרױסער פּריץ.  נאָר דאָ האָט זיך אַרײַנגעמישט די שטאָט מיט אירע לאָקנדיקע כּיבודים און אַ תּל געמאַכט פֿון זײדנס האָרעװאַניע.  דער זײדע, אַ ביסל פּֿױעריש פֿאַרגרעבט, האָט אָנגעהױבן אױף די עלטערע יאָרן זיך אױסצופֿײַנערן, אױסצואײדלען; און װען ער האָט צום ערשטן מאָל געהערט די חתן-דרשה אױפֿן ײנגערן זונס חתונה, האָט ער זיך געזאָגט: „אַ כּפּֿרה אַלע פֿעלדער און װעלדער פֿאַר אײן װאָרט פֿון דער הײליקער תּורה“.

אָנגעהױבן האָט עס זיך פֿון אַ מצװה.  דער זײדע איז געװען אַ גרױסער מכניס-אורח.  אױף אים קאָן מען זאָגן, אַז װער עס איז אַרײַן צו אים הונגעריק, איז אַרױס זאַט. אין זײדנס פֿאָלװאַרק איז געװען אַ ספּֿעציעלע גרױסע שטוב פֿאַר אורחים.  ברױט, פּֿוטער און זױערמילך איז קײן מאָל נישט אַראָפּ פֿון טיש.  ס'איז נישט געװען אַ ײִד, װעלכער זאָל דורכגײן דאָס דאָרף און נישט אָפּֿטרעטן – אָפּֿדאַװענען און אָפּֿעסן.  צו מיטאָג װידער זענען געװען גרױסע טעפּֿ באָרשטש.  מיט אײן װאָרט – פֿאַר הונגער האָט אַ ײִד נישט געקאָנט אױסגײן אין זײדנס דאָרף.

מאַכט זיך אַ מעשה – און דער גרױסער װאַלד-סוחר ר' איטשע-װאָלף קױפֿט אין דער שכנות אַ װאַלד.  הײבן זיך אָן אין דער אורחים-שטוב שיטן מענטשן: סוחרים, מעקלער און בראַקער. אַלע טאָג לײגט מען אַרױף אױפֿן פּֿיעקעליק פֿרישע קעז, זײ דערלעבן נישט דאַר צו װערן, און שױן שלעפּֿט מען זײ אַראָפּ פֿון דאָרט.  חברה בראַקער זענען דאָס שױן אײן מאָל אַ חברה קײַער... קײן עין-הרע זאָל זײ נישט שאַטן! – דער זײדע פֿאַרגינט זײ מיטן גאַנצן האַרץ.  – אָבער װאָס איז די מעשה, מען זעט נישט אַ מאָל ר' איטשע-װאָלפֿן אַלײן?...  חברה בראַקער מאַכן מינעס: „המ... המ...“ ר' איטשע-װאָלף איז נישט עפּֿעס אַזױ דיר אַ ײִד... פֿון גבירישאַפֿט איז אָפּֿגערעדט, אָבער מען קער װיסן, אַז ר' איטשע-װאָלף איז אַ מורה-מורנו, דער גרעסטער למדן אין שטאָט, דער גרעסטער חכם אין שטאָט, אַ ײִד אַ חקרן און אַ גרױסער ירא-שמים.  ס'איז נישט עפּֿעס אַזױ זיך אַן „איטשע-װאָלף“.  דאָס ײִדישקײט איז בײַ אים אױסגעאַרבעט ביזן מינדסטן נעגעלע... זײ, די בראַקער, זענען שטאַרק מסופּֿק, צי אַזאַ ײִד װי ר' איטשע-װאָלף װעט עפּֿעס טועם זײַן, אַזױ – מיר נישט, דיר נישט, אין אַ פֿרעמדער שטוב.

אױף דעם האָט דער זײדע געענטפֿערט, אַז בײַ אים איז נישט אַזױ „ מיר נישט, דיר נישט אַ פֿרעמדע שטוב“, און אַז אפֿילו אַזאַ ײִד װי ר' איטשע-װאָלף איז אױך נישט פֿטור פֿון צוהעלפֿן אַ ײִד מקײם צו זײַן די מצװה פֿון הכנסת-אורחים.

– נו, נו... – האָבן די בראַקער געענטפֿערט מיט ביטול.

האָט זײ דער זײדע דערױף גאָרנישט מער געזאָגט, נאָר אײן מאָל זיך אױפֿגעהױבן גאַנץ פֿרי, גענומען זײַן סענקעװאַטן שטעקן אין האַנט אַרײַן און צו צום װעג.  גאַנץ לאַנג איז דעם זײדן אױסגעקומען צו װאַרטן, ער האָט פֿאַרגעסן, אַז גבירישע ײדן כאַפּֿן זיך נישט אױף אַזױ פֿרי, און אַז אַזאַ שטײגער ײִד װי ר' איטשע-װאָלף װעט נישט אַרױספֿאָרן פֿאַרן דאַװענען.  אפֿשר אַ זײגער אַכט איז ער געקומען אָנצופֿאָרן, דער װאַלד-סוחר, אױף זײַן אײגענער בריטשקע.  גײט דער זײדע אַקעגן׃

– גוט מאָרגן, ר' איטשע-װאָלף...

נישט צופֿרידן האָט דער גביר געהײסן דעם גױ אָפּֿשטעלן די בריטשקע.

– גוט מאָרגן, גוט יאָר.  װאָס װיל אַ ײִד?  

– ס'עפּֿעס די מעשה, – פֿרעגט דער זײדע „פּֿראָסטאָ זמאָסטו“ – ר' איטשע-װאָלף טרעט קײן מאָל נישט אָפּֿ בײַ מיר אין הױז?  צי װײסט נישט ר' איטשע-װאָלף, אַז אין דאָרף איז אַ ײִד פֿאַראַן, און אַז מען דאַרף אים מהנה זײַן מיט אַ מצװה?

– קאַרג מצװות אױף דער װעלט, – זאָגט דער װאַלד-סוחר – מוז זײַן דװקא הכנסת-אורחים?

– מאַ, – זאָגט דער זײדע – קאַ בית-מדרש איז דאָ נישטאָ, און לערנען אין די קלײנע אותיעלעך קען איך אױך נישט...

– ר' ײִד, כ'עס נישט אין דער פֿרעמד, – װיל זיך דער סוחר אַרױסדרײען – „שחיטת חוץ...“

– פֿלײש איז בײ מיר פֿאַראַן נאָר משבת לשבת, – זאָגט דערױף דער זײדע – און מילך, קעז און פּֿוטער איז בײַ מיר די כּשרסטע.  מײַן װײַב שטײט אַלײן בײַ דער מעלק...

– גײט אײַך געזונטערהײט! – װערט דער סוחר אומגעדולדיק – װאָס ט'ער זיך עפּֿעס אָנגעטשעפּֿעט? – און צום פֿורמאַן: – מאַטשעיו, פֿאָר!

אָבער דער זײדע האַלט אײַן די פֿערד:

– איר'ט מוחל זײַן אַראָפּגײן, אָפּֿעסן, דערנאָך װעט איר װײַטער פֿאָרן – זאָגט ער גאַנץ רויִק.

– עפּֿעס אַ מאָדנע חוצפּֿה פֿון אַ דאָרפֿס-ײִד!...  שרײַט דער גבֿיר.

– ער קומט בעסער מיט מיר... – זאָגט דער זײדע געלאַסן, אָבער שױן אַ ביסל אױפֿגערעגט.

– דרך-ארץ, עם-הארץ!

– שױן זאָלט איר גײן מיט מיר – טענהט זײַנס דער זײדע שױן אין כּעס.

און אַז ר' איטשע-װאָלף האָט זיך געפּרוּװט אַמפּֿערן, האָט דער זײדע אױפֿגעהױבן דעם סענקעװאַטן שטעקן׃

– שױן זאָג איך אײַך!... אַז נישט צעברעך איך אײַך די בײנער!... מנע!... אַ ײִד זאָל װעלן דעם גאַנצן לויתן מיטן שור-הבר?!... און איך װאָס בין?  אפֿשר נישט קײן ײִד?...

נו, מײנט איר, אַז ר' איטשע-װאָלף איז נישט געװען דעם זײדנס אורח?  און נאָך אַ מאָדנע אורח!... הערט און שטױנט: ער, ר' איטשע-װאָלף, איז דערנאָך געװאָרן דעם זײדנס מחותּן...

דער דאָזיקער ייִחוס, װאָס האָט זיך דעם זײדן צוגעקלעבט, איז אפֿשר געװען זײַן גרעסט אומגליק, אַז נישט – װאָלטן נאָך זײַנע קינדס-קינדער אױף הײַנטיקן טאָג געװען געזונטע אײַנגעפֿונדעװעטע פּֿױערים.

און אפֿשר איז דאָס אַ טעות: צו נאָענט איז געװען די שטאָט, און געלאָקט האָט זי, די שטאָט, מיט איר באַקװעמלעכקײט, אײדלקײט און גרינגע פֿאַרדינסטן.

סײַ-װי, פֿון יענעם טאָג אָן איז ר' איטשע-װאָלף געװען אַ שטענדיקער גאַסט בײַם זײדן אין שטוב, און נישט זעלטן פֿלעגט ער בלײַבן אױף אַ שבת.  מילא, זענען דאָס געװען שבתים... אמתע רבישע טישן מיט תּורה און כּל-טוב.

עס טוט זיך נישט אַזױ לײַכט, װי עס רעדט זיך.

דער זײדע איז זיך טאַקע געװען אַ גאַנץ ערלעכער ײִד, אָבער פֿאָרט אַ דאָרפֿסמאַן אין אַ קאַפֿטן, און ר' איטשע-װאָלף איז געװען דער ברײטער באַלעבאָס מיטן שמױשענעם היטל, מיטן טכױרן פֿוטער... אין ענין, װײַטער, פֿון די „קלײנע אותיעלעך“, איז אױך געװען אַ קלײן פּֿיצעלע חילוק: ר' איטשע-װאָלף האָט געקענט דרײַהונדערט בלאַט גמרא פֿון אױסװײניק, און דער זײדע האָט „אױך“ געזאָגט אױפֿן קול אַ קאַפּֿיטל תּהילים פֿון סידור אַרױס.  הכּלל, קײן פּֿאָר מחותּנים פֿון ששת ימי בראשית זענען זײ נישט געװען, און פֿונדעסטװעגן בלײַבט עובדא – עובדא: דעם זײדנס ײִנגערער זון האָט חתונה געהאַט מיט ר' איטשע-װאָלפֿס טאָכטער.

נישט מער, יעדע זאַך מוז דאָך האָבן איר סיבה, איז די סיבה דאָ געװען אַזאַ: אין אײן שײנעם העלן טאָג איז ר' איטשע-װאָלף געװױר געװאָרן, אַז ער איז, לא-עלינו, אױס קאַפּֿעליוש-מאַכער... שױן האַרט פֿאַר דאַנציק, האָט דער װינט צעיאָגט זײַנס אַ גרױסע טראַטװע האָלץ אױף שבעה-ימים, אַז מען האָט קײן צװײ שײט נישט געקאָנט צוזאַמעננעמען. צו די דאָזיקע צרות איז נאָך האָלץ שטאַרק געפֿאַלן אין פּֿרײז, דעם װאַלד האָט נישט געלױנט צו האַקן, און ער האָט געמוזט איבערלאָזן דאָס האַנט-געלט בײ די פּריצים.  װאָס איז דאָ לאַנג צו רעדן׃  ר' איטשע-װאָלף איז געװאָרן, לא-עלינו, אױס פֿלאָקנשיסער, נאָך מיט אַ שמיצעלע דערונטער.  בלית-ברירה, האָט מען אָנגעהױבן באָרגן געלט, װוּ עס האָט זיך געלאָזט.  אַ בעל-חוב איז אײגנטלעך ר' איטשע-װאָלף שטענדיק געװען:  געהאַט פֿאַרשידענע נדנים-געלטער בײַ זיך, דין-תּורה-געלטער.  דער חילוק איז אָבער,  װאָס אַ מאָל האָט מען צו אים די דאָזיקע געלטער געטראָגן, װי צו אַ בעל-בטוח, בשעת איצט האָט ער זיך געמוזט באָרגן אױף אַ װעקסעלע, צאָלן פּֿראָצענט, און אָנקומען נאָכן געלט אין אַזעלכע לעכער, צו אַזעלכע ברואים, מיט װעלכע ער װאָלט קײן מאָל נישט געװאָלט האָבן קײן מגע-ומשא.  װײַל װיסן מוז מען, אַז צו יענער צײַט האָט מען נאָך דאָס מין באָרגן געלט אין די בענק נישט געװוסט.

הקיצור, אַרום חנוכּה-צײַט האָט ר' איטשע-װאָלף געבאָרגט בײַם זײדן טױזנט קאַרבן מיט אַ טערמין ביז ראש-חודש אדר, אָבער ס'איז שױן פּֿורים, און קײן געלט זעט מען נישט. ס'איז שױן ראש-חודש ניסן, און ר' איטשע-װאָלף װײַזט זיך אפֿילו נישט.

ערב פֿסח, פֿאָרט דער זײדע אין שטאָט אַרײַן נאָך מצות. פֿרעגט ער זיך אַזוי בײ זײַטיקע מענטשן אױף ר' איטשע-װאָלפֿן, ענטפֿערט מען:  ס'איז קוראַנט װי אין דער באַנק.  פֿרעגט ער אַ צװײטן, פֿאַרצײלט שױן יענער, אַז ר' איטשע-װאָלף איז אַרונטער זיך מיט זײַן גאַנץ קאַפּֿיטאַל.  איז זיך דער זײדע מישב – ער װעט פֿרעגן בײ ר' איטשע-װאָלפֿן אַלײן.

אָנגעקומען איז דער זײדע צו ר' איטשע-װאָלפֿן דורך דער קיך-טיר – דער זײדע האָט פֿײנט געהאַט זיך צו פֿאַקן דורך די פּֿאַראַדנע ארײַנגענג.  – קומט ער אין קיך, טרעפֿט ער דאָרט ר' איטשע-װאָלפֿס װײַב.  „ר' איטשע-װאָלף איז אין דער הײם?“ – פֿרעגט דער זײדע.  „ערשט נישט לאַנג אַרױסגעגאַנגען“ – באַקומט ער אַן ענטפֿער.

דער זײדע איז געװען אַ פּֿראָסטער ײד, אָבער קײן פֿינגער אין מױל אַרײַן האָט מען אים נישט באַדאַרפֿט לײגן; און באַמערקט האָט ער, נאָך אין דרױסן, דורכן פֿענסטער, װי ר' איטשע-װאָלפֿס װײַב רעדט עפּֿעס אַרײַן אין דער צװײטער שטוב;  װי די קאָלירן קומען איר אין פּֿנים אַרײַן בײַם רעדן.  טראַכט דער זײדע: מען גענאַרט מיך.  ער איז יאָ אין דער הײם... הײסט ער באַהאַלט זיך...

„נו, איז װאָס באַהאַלט ער זיך פֿאַר מיר ?“ – בײזערט זיך דער זײדע בײ זיך אין האַרץ, שױן אַרױסגײענדיק פֿון קיך:  „מילא, אַז ער האָט נישט אָפּֿצוגעבן דעם חוב – האָט ער נישט, אָבער װאָס בין איך: אַ בער, אָדער אַ גזלן?“

נעמט דער זײדע דרײט אױס דעם דישעל, און צוריק צום װאַלד-סוחר אין קיך אַרײַן.

– איר װעט נישט קײן פֿאַריבל האָבן, ר' איטשע-װאָלפֿס װײַב, אַז איך װעל דאָ צוּװאַרטן אױף אײַער מאַן – זאָגט דער זײדע, און נישט װאַרטנדיק אױף קײן תּשובה, צעזעצט ער זיך ברײט אױף דעם קיך-טאַפּֿשאַן.

ס'גײט אַדורך אַ האַלבע שעה, אַ שעה.  דער זײדע זעט, װי ר' איטשע-װאָלפֿס װײַב איז אױפֿגערעגט, דרײט זיך הין און צוריק, װי אײנער זאָגט: אַן אָנטשעפּֿעניש פֿון אַ דאָרפֿס-ײד!... אָבער קײן לשון האָט מען נישט:  פֿאָרט אַ בעל-חוב פֿון טױזנט קאַרבן.  דער זײדע זיצט, װי נישט אים מײנט מען...

פּֿלוצלינג עפֿנט זיך די טיר פֿון דער צװײטער שטוב, און ס'קומט אַרײַן ר' איטשע-װאָלף.  פֿאַרשעמט, באַהאַלט ער דאָס פּֿנים אין דער באָרד.

– זײַטשע מוחל... – זאָגט ער צום זײדן.

דער זײדע גײט אַרײַן אין דער צװײטער שטוב אַרײַן.  ר' איטשע-װאָלף בעט אים זיצן.

– איר זענט געקומען נאָך אײַער חוב – זאָגט ר' איטשע-װאָלף אומעטיק, און די ליפּֿן שאָקלען זיך בײַ אים.

– חוב, נישט חוב, – זאָגט דער זײדע מיט געבײזער – אָבער װאָס באַהאַלט מען זיך פֿאַר מיר?

– כ'װעל אײַך זאָגן דעם אמת – ענטפֿערט ר' איטשע-װאָלף – כ'שעם מיך פֿאַר אײַך און... כ'האָב פֿאַר אײַך מורא.

– מורא?... – װונדערט זיך דער זײדע – װאָס בין יעך, חלילה, אַ גזלן? אַ בער?...

װערט שױן ר' איטשע-װאָלף דערמוטיקט, אי פֿון זײדנס רײד, אי פֿון זײַן מילד פּֿנים, כאַפּֿט ער זיך אָן בײ דער באָרד און לערנט פּֿשט:

– איך געדענק נאָך גוט, ר'...  ר'... האָט קײן פֿאַריבל נישט,  װי איז אײַער נאָמען?... איך געדענק נאָך גוט דעם סענקעװאַטן שטעקן, װאָס איר האָט אױף מיר אױפֿגעהױבן, װען איך האָב נישט געװאָלט אַראָפּ פֿון דער בריטשקע... איז מה-דאָך, איך האָב אײַך בלױז פּֿוגע-בכּבֿוד געװען, זענט איר גרײט געװען צו דורסן, מכּל-שכּן נאָך, אַז איך בין אײַך אַ בעל-חוב פֿון טױזנט קאַרבן...

האָט זיך דער זײדע אַ ביסל פֿאַרשעמט.  ס'האָט אים פֿאַרדראָסן אױף זיך: „אַ ײִד װײ געטון...“ פֿרעגט ער:

– קאָנט איר מיר טאַקע, ר' איטשע-װאָלף, איצט דעם חוב נישט אָפּֿגעבן?

– כ'קאָן אסור נישט איצט – זאָגט דער װאַלד-סוחר.

– און צו יום-טוב גײט... – זאָגט אַזױ װי פֿאַר זיך דער זײדע.

– און אױף יום-טוב איז אװדאי נישטאָ, – כאַפּֿט אונטער דער זײדע – האַ?... געטראָפֿן?... איז װאָס-זשע שװײַגט מען?... איז װאָס-זשע, אַז מען באָרגט בײַ מיר נאָך עטלעכע הונדערט קאַרבן? װאָס האָט מען מורא, אַז עס װעט חלילה נישט זײַן אָפּֿצוגעבן און װו איז בטחון, ר' איטשע-װאָלף?...

נו מילא, װאָס איז דאָ לאַנג צו ברײַען... דער זײדע האָט געבאָרגט נאָך דרײַ הונדערט קאַרבן, און עטלעכע װאָכן נאָכן פּֿסח האָט ר' איטשע-װאָלפֿן אָפּֿגעגליקט צו פֿאָרקױפֿן גוט אַ טראַנספּֿאָרט געהילץ, און ער האָט געקאָנט אָפּֿגעבן דעם גאַנצן חוב מיט אַ גרױסן שײנעם דאַנק פֿאַר אַ צולאָג, װײַל, װי געזאָגט, קײן פּֿראָצענט האָט דער זײדע נישט גענומען.

און װי ר' איטשע-װאָלף האָט נישט געזאָלט פֿײנט האָבן אין האַרץ אַן עם-הארץ, און װי ער זאָל נישט געדענקען אָן דער גמרא „אַן עם-הארץ מעג מען צערײַסן װי אַ פֿיש“, האָט ער דאָך געמוזט מודה זײַן, אַז בטחון זאָל מען זיך גײן לערנען דװקא בײַ דאָרפֿישע ײדן.

יאָ. דאָס איז געװען אײן מאָל אַ מעשה.  אָבער נסים טרעפֿן זיך נישט אַלע טאָג,  און אַזױ װי ר' איטשע-װאָלפֿן האָט זיך געהאַט צוגעטשעפּֿעט די אָרימקײט, אַזױ האָט זי זיך נישט געװאָלט פֿון אים אָפּֿטשעפּֿען.  ער איז געגאַנגען מטה, מטה – אַראָפּ, אַראָפּ, און געװאָרן, לא-עלינו, מיט יעדן טאָג אַ גרעסערער אָרימאַן.

אָט אַזױ איז עס צוגעקומען דערצו, אַז ר' איטשע-װאָלף האָט זיך משדך געװען מיטן זײדן.

און אפֿשר װאָלט גאָר דער זײדע נישט געװאָלט שטײַגן אַזױ הױך,  נאָר פֿון אײן זײט האָט זיך דאָ אַרײַנגעמישט ר' איטשע-װאָלפֿס רבי אַלײן – אַ הימל-זאַך – און פֿון דער צװײטער זײַט איז דער זײדע געװען גוט אָנגעלערנט מיטן שידוך פֿון זײַן ערשטן זון,  װאָס איז נעבעך אַרײנגעפֿאַלן אין גראָבע הענט און אַ גאַנץ לעבן זיך געמוטשעט – סײַ-װי, זעט אױס, די זאַך איז געװען אַ באַשערטע...

גענוג איז אױך די מעשה מיט דעם עלטערן זונס שידוך און װײַזט דערױף, אַז דער זײדע,  כאָטש אַ פּֿשוטער, האָט ליב געהאַט אַ װיץ, אפֿילו װען עס איז אים גאָר שװער געװען אױפֿן האַרץ.

דעם ערשטן שידוך האָט דער זײדע געטון מיט אַ שטאָטישן מילנער, אַ ײִד זײַנס גלײַכן;  אָבער װי ס'האָט זיך שפּֿעטער אַרױס געװיזן, איז יענער געװען אַ גראָב נפֿש און אַ קמצן.  נאָך דעם װי מ'האָט שױן געהאַט אָפּֿגעשמועסט אַ זמן-חתונה, פֿרעגט דער זײדע, גלאַט אַזױ צו פֿרעגן:

– װי מײנט דער מחותּן איז גלײַכער צו קומען: מיט דער פֿור, צי מיט דער באַן? – (די באַנען זענען דעמאָלט נאָר-װאָס געהאַט אױפֿגעקומען).

ענטפֿערט דעם זײדנס מחותּן, װי צו אַ גראָב נפֿש צושטײט:

     נאַדיר גאָר באַנען!.. פֿון מײַנעט װעגן קאָנט איר זיך רוקן אױפֿן אחור...

נו, פֿרעגט שױן נישט... האָט זיך דאָס דער זײדע גערוקט!... איז דאָס געװען אַ רוקעניש!...

מען האָט שױן די כּלה באַזעצט, מײדלעך טאַנצן, דער מאַרשאַליק באַזינגט, קלעזמאָרים שפּֿילן – די מחותּנים פֿון חתנס צד זענען נישטאָ.  ס'װערט נײַן דער זײגער, שױן צען, שױן האַלבע נאַכט – דער חתן איז נישטאָ.  די מײדלעך פֿאַלן פֿון די פֿיס, די ליכט גײען אױס, מען שיקט אַרױס אױף װעגן רײַטערס, מען קלערט שױן איבער׃ אפֿשר עפּֿעס אַן אומגליק געשען? – אָבער גאָרנישט׃  מען הערט נישט, מען זעט נישט...

ערשט צו מאָרגנס, אַרום דרײַ בײַ טאָג – די מחותּנים מיטן חתן קומען אָןַ גאַנץ און געזונט, גלײַך נישט זײ מײנט מען... נו, פֿרעגט שױן גאָרנישט, װאָס דאָרט איז געװען!  מען האָט זיך שיער געשלאָגן. עס האָט שױן געהאַלטן דערבײַ, מען זאָל אָפּֿלאָזן דעם שידוך, נאָר מענטשן האָבן זיך ארײַנגעמישט און שלום געמאַכט.  אָבער די בושה פֿון דער כּלה!... ערשט גײ מאַך אַ פֿרישע חתונה, גרײט צו אַ פֿרישע סעודה, די געסט זאָלן זיך קאָנען אָנפֿרעסן און אָנכליאָיען. אַז דער קמצנישער מילנער האָט דאָס אױסגעהאַלטן, איז ער געװען אױס אײַזן.

בײַ דער „גילדערנער יױך“, װען ער האָט זיך שױן אַ ביסל באַרויִקט, דער מחותּן פֿון כּלהס צד, טוט ער אַזוי אַ ברום מיט פֿאַרדראָס:

– זעך גאָרנישט געקאָנט אױספֿאָרן...

– אַז מ'אי גאָרנישט געפֿאָרן – זאגט דער זײדע.

– ס'הײסט, מחותּן?...

– ס'הײסט׃ מ'אָט  זיך גערוקט... לױטן מחותּנס עצה...

– מחותּן מאַכט חוזק!... ס'טײטש: גערוקט?...

– גערוקט... נו... אױפֿן אחור...

אָ! דער זײדע האָט געקענט אָפּֿטון אַ שפּֿיצל אױף טערקיש און אַרײנזאָגן אױך...

אָבער מיטן שידוך איז דער זײדע אַרײַנגעפֿאַלן צו אַ גראָבן יונג אין דער האַנט און מהאי-טעמא זיך נאָך מער גענומען רײַבן אָן די אײדעלע לײַט, און – זיך שלעכט אױסגעריבן...

ער – װי ער, אָבער די קינדער זײַנע איז עס געגאַנגען, װי אַ רשע אױף יענער װעלט...

די „גוטע-יאָר“ האָבן אים געצױגן, דעם זײדן, צו שטאָט... צו מענטשן...

דער ײִנגערער זון דעם זײדנס – ירוחם האָט ער געהײסן, נאָכן עלטערזײדן – האָט גאָרנישט געהאַט קײן ליכטיק לעבן. אַ ײִנגל – האָט ער ליב געהאַט פֿערד, ס'האָט אים געצױגן צו דער מיל, צו פֿעלדער, צום סטאַװ מיט פֿיש; אָנשטאָט דעם אָבער, האָט ער געמוזט שלאָפֿן בײַם שטאָטישן מלמד אױפֿן פּֿיעקעליק און לערנען די הײליקע תּורה.  אַלע מאָל איז ירוחמל אַנטלאָפֿן אַהײם, און יעדעס מאָל האָט מען אים מיט גרױס „פֿאַראַד“ צוריקגעפֿירט אין חדר אַרײַן.  פֿאַר אַ שטראָף פֿלעגט מען דאָס בחורל אַלע אין דער פֿרי אָפּֿשמײַסן, און געשמיסן האָט נישט בלױז דער רבי מיטן קאַנטשיק, נאָר אַלע תּלמידים האָבן געהאַלטן ריטער אין די הענט און יעדער האָט געגעבן אַ שמיץ.  דער שטײגער בײַ אַזאַ מלקות איז געװען, אַז װען אַ ײִנגל האָט געהאַט אַ בײז האַרץ אױפֿן געשמיסענעם, האָט ער געגעבן אַ שטאַרקן ריס, און װען ער איז געװען „חבר“, האָט ער געגעבן אַ לײַכט שמיצעלע, למראית-עין; אַזױ װי אָבער אױף דעם דאָרפֿס-ײִנגל האָבן אַלע געהאַט אַ בײז האַרץ, װי אױף אַ „מאַטשעק“, אַ דאָרפֿס-יונג, האָט יעדער אַרײַנגעלײגט דעם גאַנצן כּוח.  ירוחמל האָט נישט געװײנט, – ער איז געװען אַ עקשן – אָבער װײ געטון האָט אים פֿונדעסטװעגן, און ער האָט געשלונגען די טרערן.

דערנאָך, אַז מען האָט אים חתּונה געמאַכט מיט ר' איטשע-װאָלפֿס טאָכטער, מען האָט אים אַרײַנגעשטופּֿט אין אַ זײַדענער בעקעשע, איז אים געװאָרן נאָך ערגער:

דאָס יונגע, פֿרומע װײַבל האָט אים דעם טױט געמאַכט מיט איר צניעות, מיט אירע זיבן מאָל זעקס-און-דרײַסיק טבילות, און אַ גאַנץ לאַנגע צײַט האָט געדױערט, ביז ער האָט זיך צוגעװױנט צו איר.

מיט דעם זײַדנצײַג, איבעריקנס, האָט זיך דער זײדע אױך נישט איבעריק גוט געפֿילט. שטעלט זיך פֿאָר׃ אַ מענטש איז געװױנט אַ גאַנץ לעבן אין קאַפּֿאָטעס פֿון פּֿױעריש צײַג, און דאָ, אױף דער עלטער, צו ירוחמלס חתּונה, האָט ער געמוזט אױף זיך אַרױפֿציען דעם „בגד-משי“.  ער קער װיסן, אַז ר'איז פֿון הײַנט אָן ר' איטשע-װאָלפֿס מחותּן – האָט מען אים אײַנגערױמט אױפֿן אױער.

נו, מילא...  דער זײדע האָט פֿאַרצײלט, אַז ער האָט זיך אין דעם זײַדענעם בגד געפֿילט אַזױ לײַכט, אַז ס'האָט זיך אים כּסדר געדאָכטן: ער גײט אין די אונטערװעש...

אַז האָט זיך אָבער ירוחם צוגעװױנט צו זײַן װײַב, און די צנועה האָט זיך צוגעװױנט צו איר מאַן, איז עס געגאַנגען, װי פֿון אַ לעכערדיקן זאַק... הענעלע – אַזױ האָט געהײסן ירוחמס װײַב – האָט שטענדיק געטראָגן אַ בױך אונטער דער נאָז, און געשיט מיט קינדערלעך, װי אַ קאָזע מיט באָבקעס – אַלע יאָר אַ קינדעלע.

נאָך צװעלף יאָר צוזאַמענלעבן פֿון פּֿאָרפֿאָלק, האָבן נאָר צװײ געפֿעלט צו אַ טוץ. שטענדיק זענען אין שטוב געהאָנגען נאַסע װינדעלעך.  דרײַ שװאַלבן האָבן זיך אַריבערגעפּֿעקלט אױף יענער װעלט פֿון פֿאַרשידענע עפּֿידעמיעס׃  פּֿאָקן, שאַרלעך, דיפֿטעריט... אַ פֿערטס האָט דער קברן גענומען אין בוזים פֿון זײַן גרױסן, שװאַרצן כאַלאַט, שױן אַ היפּֿש ילד; און שױן גאָר צום סוף,  נאָך אַ הפֿסקה פֿון שײנע יאָרן, איז בײַ הענעלען געבױרן געװאָרן אַ קלײנס, אָבער גאָר אַ פּֿיטשינקס – אַ זיבעלע, און מיט דעם דאָזיקן „אױסקראַצעכץ“ האָט זיך הענעלעס טראַכט פֿאַרמאַכט.

דאָס איז שױן געשען אין דער סאַמע מלחמה װען איבערן שטעטל זענען געפֿלױגן גראַנאַטן, אין אַ קעלער, צװישן צרות און פּֿײַן.  דער טאַטע איז דערבײַ שױן נישט געװען.  דעם טאַטן ירוחם האָבן קאָזאַקן מיטגעשלעפּֿט אַלס „זאַקלאַדניק“ און אױפֿגעהאָנגען צוזאַמען מיט נאָך אַ מנין ײִדן הינטער פּֿראַשניק.  װעגן דעם דאָזיקן צאָרן, װעגן דעם מאַנס קידוש-השם, האָט זיך הענעלע דערװוּסט ערשט שפּֿעטער, װען זי איז אױפֿגעשטאַנען פֿון דער קימפּֿעט, און אין שטעטל זענען געװען די עסטרײַכער.

דאָס אומגליק האָט זי אױפֿגענומען כּמעט גלײַכגילטיק.  זי האָט גאַָרנישט געזאָגט׃ האָט נישט געװײנט, האָט נישט געקלאָגט, האָט נישט געריסן די האָר פֿון קאָפּֿ.  זי האָט אָנגעהױבן אַ סך צו דאַװענען, געזאָגט תּחינות מיט אַ טרוקן קול.  זי האָט געזאָגט טעג, געזאָגט נעכט, און צום זאָגן האָט גאָר קײן סוף נישט גענומען...

זי איז משוגע געװאָרן פֿאַר צרות, הענעלע ר' איטשע-װאָלפֿס, און אײן מאָל, װען קײנער איז אין שטוב נישט געװען, האָט זי זיך אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון גאַניק און געשטאַָרבן אין גרױסע יסורים.

אַ תּכלית אַזאַ פֿון טאַטע-מאַמע און עלף קינדער... דאָס זײגלינג האָט מען געגעבן צו אַ פּֿױערטע אױפֿן דאָרף צו דערציִען; די איבעריקע, בײַם לעבן געבליבענע קינדער, האָט משפּֿחה אין פֿאַרשידענע שטעט צו זיך גענומען.  דער זײדע איז געװען אַ מכניס-אורח – האָבן זײַנע אײניקלעך אין די װינקלען בײ פֿרעמדע טישן געגעסן... צוגעװאַרימט... אַז אָך און װײ טאַטע-מאַמע אין קבר...

דער עלטסטער פֿון די יתומים האָט געהײסן נתן און איז געװאָרן אַ פּֿראָסטער אַרבעטאָרער – אַ גאַרבער; און דער צװײטער נאָך אים האָט געהײסן שמעון – שמעון שיפֿריס האָט ער געהײסן.  ער האָט זיך געבילדעט, געהאַלטן גוט די פֿעדער אין דער האַנט און געמאַכט אַ קאַריערע...

---------------------------------------------------------------------------

כּל-ימו    normally  כּל-ימיו

 

זינגען מה-יפֿית    fawning before one's master
singing the Friday night hymn :literally

 

63, 119-133   Tarbiz  ,See Khone Shmeruk 1994 essay  

 

כּטוב לב הפּריץ בייִן   when the squire feels good drinking his wine. See the Book of Esther, 1:10

 

גראַסעװען           ; to prowl   to maraud

 

פּֿאָשליאַדעק     buttock; bum

 

פּֿראָסטאָ זמאָסטו    straight out with it

 

שחיטת חוץ   outside, therefor lax, slaughtering

 

אָנכליאָיען         'to gulp down' Groyser verterbukh cites this instance alone.

 

מֵהַאי-טֵעמא    for this reason

 

אַז     is what the text has. A printing error? ראַז